| נשלח ב-5/12/2005 14:44 |
|
| |
I.Q. וויאזוי מעסט מען דאס?
זיך דרייענדיג דא און דארט, באמערק איך אפט ווי מענטשן בארימען זיך מיט זייער הויכע IQ, איינער שרייבט: איך האב אן IQ פון 145, אין אנדערע ווערטער: טענה זיך נישט מיט מיר, איך בין קלוגער פון דיין טאטע-מאמע צוזאמען!
עס ווילט זיך מיר פארשטיין, וואס איז דאס IQ? וויאזוי מעסט מען דאס? איז דא א געשריבענע טעסט וואס מען קען נעמען דערויף?
אויך אויב איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס הייסט אויף לשון הקודש? חכמה? בינה? דעת? עפעס אנדערש?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 18:17 |
|
| |
געבען זיי נישט א מאקסימאם צייט צי ענטפערען ?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 15:31 |
|
| |
ווענדט זיך אין דיין IQ SCORE...
עס האט זעקס בלעטער, בערך 56 שאלות אלעס אינאיינעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 04:08 |
|
| |
ווילאנג נעמט די גאנצע טעסט בערך ?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 17:36 |
|
| |
כורמיזא שרייבט:
עס זעט מיר אויס אז די טעסט פון דא איז גארנישט ווערד, זיי ווילען בעיקר אז מ'זאל נעמען ביי זיי די געהעריגע טעסט אין מאכען אפאר דאלער.
עס האט גענימען אן IQ פון 155 דאס אויסצורעכענן?

|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 08:17 |
|
| |
די טיקעל ווענדט זיך אויך ווי שנעל מען ענטפערט, עי' ב'עבאוט טיקעל'.
סאו קען זיין אז כורמיזא האט שנעלער געענטפערט ווי גראף, אפילו ער האט טאקע 'בלויז' 119. און דערפאר איז עס נאר דריי פון טויזנט וואס ענפערן אזוי שנעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 03:40 |
|
| |
א קונץ? דער גראף האט זיכער אנגעפרעגט ביי זיינע עצה געבער און שטערן זעהער 
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 22:08 |
|
| |
התאחדות, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? גיי אהין און פרוביר אליין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 21:31 |
|
| |
WOW
הויכגעשעצטער גראף, פארצייל מיר וויאזוי דו האסט דאס געמאכט, יאך גלייב נישט אז דו זאלסט אנקומען אזוי הויך.
עניוועי מזל טוב אסאך נחת,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 19:50 |
|
| |
איך האב אלעמאל געוויסט אז מיטן געלט קומט שוין מיט חכמה.
יעדער גראף האט אין זיין פראפיל, תורה מיט חכמה מיט גוטע מידות.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 16:29 |
|
| |
איך שפיר זיך ווי דער תנא קמ"א אליין (קמא = 141)...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 09:20 |
|
| |
יעצט א ווארט צו כורמיזא:
איך האב אן אייקיו פון 141! און דאך שטייט אז דאס מאכט זיך ביי 6 פון 1000, בעת ווען דיין איי קיו פון 119 איז געווען 3 פון 1000.
אויב דו ליינסט אדורך דעם גאנצן באריכט, וועסטו זעהן אז דאס ווענדט זיך אין די פארשידנארטיגע טעסטס וואס מען גייט אדורך, זיי באאבאכטן וויאזוי דו רעכנסט אויס פארשידענע סיטואציעס, און לויט דעם געבן זיי דיר א "טיטל". דיין טיטל איז "ANALYTIC DETECTIVE" בעת מיין טיטל איז "CREATIVE THEORIST", דאס זענען גאר באזונדערע קאטעגאריעס.
אין מיין קאטעגאריע מאכט זיך 6 פון יעדע 1000, און דיין נאר 3!
כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות!
א גוטע וואך, און נאכאמאל א יישר כח פאר דזשובוי פאר די הילף!
גראף
141
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 08:30 |
|
| |
א גוטע וואך אידן!
איך האב שוין ב"ה געענדיגט נעמען מיין IQ טעסט, איך האב עס גע'סקרין-קאפי'ט אויף א ווארד פייל, מיט מיין גרויסע IQ (וואס איר וועט האפענטליך אליין קענען זעהן) ווייס איך אבער נישט וויאזוי מען לייגט ארויף די בילד דא.
כורמיזא;
איך האב אן ענטפער אויף דיין "תיקו", איך וועל דיר עס אי"ה מסביר זיין, אבער קודם זיי מיר ביטע מסביר וויאזוי מען לייגט אריבער יענעם בילד אהער.
|
|
|
|
|