איינער איז אמאל אריינגעקומען צו G&G זיך אפרעדן אז ער האט קוים געקויפט א בעקיטשע און עס האט שוין געקראכט,
האט עם די ארבעטער צוריקגעזאגט נא! די טשעק האט דאך אויך געקראכט!
נשלח ב-16/12/2005 01:05
אגודיסט
לערן דיך אויס איינמאהל פאר אלעמאהל, זאלסט נישט גלייבן קיין שום חלום נאר מיט עדות
נשלח ב-15/12/2005 19:17
חלמא טבא חזיתא
נשלח ב-15/12/2005 19:16
איך האב געהערט אז קוני איז געקומען צו שלום לאנדא און חלום
ווייסט איינער וואס איז דארט געווען
נשלח ב-7/12/2005 04:51
אויף דעם האט די פסוק געוויינט:
דא קוני מה קוני, ודלא קוני מה קוני...
וואס קענען מיר נאך צולייגן.
נשלח ב-7/12/2005 02:57
איך האב געהערט היינט א מעשה נורא פון איינער וואס האט עס געהערט פון ר' שלום לאנדא ני"ו:
ר' שמואל אלקנה - אויך באקאנט מיט דעם לשון חיבה אויסדרוק ווי מען פלעגט אים אנרופן "קוני" - איז אריינגעקומען דעם זונטאג צו ר' שלום לאנדא (איך ווייס נישט אויב אין רעסטוראנט אדער אין שטוב) מיט פארוויינטע אויגן.
אויף די אנפראגע פון ר' שלום פארוואס ער וויינט, האט אים ר' אלקנה געזאגט: מיין טאטע האט מיר געזאגט אז איך גיי די וואך שטארבן!
ר' אלקנה האט אים דאן געזאגט אז ער איז שוין געווען אין אפיס פון כולל שומרי החומות און אראפגעלייגט א סכום געלט אז מען זאל לערנען משניות לעילוי נשמתו די גאנצע ערשטע יאר!
ווער עס ווייסט מער פרטים, זאל ביטע פאוסטן.
נשלח ב-7/12/2005 00:00
ער פלעגט אלץ צו זאגן "אינמיטן מיין לויה טאנץ איך ארויס פון ארון"
ליידער איז דאס נישט געשען.
"קוואטער!פאפא רב!!"
נשלח ב-6/12/2005 23:31
46
נשלח ב-6/12/2005 23:30
ברוך דיין האמת
יאך פערזענליך פלעג זייער ציטערן פון איהם, זעהט אויס יאך האב נישט געוואוסט, וואס פאר א גוט הארץ ער טוט פארמאגן, חבל על דאבדין, יאך העט ווען אסאך געקענט נהנה זיין פון איהם.
נשלח ב-6/12/2005 23:21
ווי אלט איז ער געווען?
נשלח ב-6/12/2005 19:26
די היימישע וויליאמסבורגער ציבור קוקט אויס צו זיין זייער באטראפן פונעם פרישן פארלוסט, עס איז דא וויניג אזעלעכע וואס האבן געקענט יעדן אויפלעבן אין זיכער מאכן אז יעדער ארום איהם זאל האבן א שמייכל, זיין כיבוד אם איז געווען אין לשער..
די משפחה זיצט אויף היוז סט. אין זיין מאמעס הויז, דארט ווי די קעטערינג איז . אנטקעגן איבער גאלאנטע ביהמ"ד.............
נישט פארגעסן צו לערנען לעילו נשמתו שמואל אלקנה בן ר' ארי' ע"ה ת.נ.צ.ב.ה.
נעכטן נאכט שטייענדיג פאר יראים טשאפעל ווי איך האב געווארט אויף די לוויה האט איינער דארט דערציילט
נעכטןנאכט (זינטאג) האט ער געבעטן פין קני א צוגערעטל ,קני האט אים געהייסען נעמען דאס גאנצע באקס צוגעבענדיג אז דאס איז דאס לעצטע מאל די באקומסט פין מיר א ציגערעטל ווייל מארגען גיי איך שטארבן, און אפילו די זעהסט מיר מארגען זאלסטו וויסן אז דאס איז מיין צווילינג.
אזוי פלעגט מען זעהן ביי די אלע צדיקים זיי פלעגן שוין וויסן פון פאראויס.
יהא זכרו ברוך.
נשלח ב-6/12/2005 18:11
אזעלעכע נשמות גייען אפילו נישט אדורך בי"ד של מעלה
נאכן דורך גיין די גיהנם דא
נשלח ב-6/12/2005 10:14
ווען איך האב געזעהן די אשכול אויבן אויף האב איך נישט געגלייט וואס איך זעה, אבער זעהנדיג וויפל פאסט'ס ס'איז דא האב איך געטראכט צו מיר גיי ווייס.
חבר'ה ס'רינט מיר טרערן יעצט פון די אויגן פון די ביטערע בשורה.
איך האב אסאך פארברענגט מיט דעם מענטש, יעצט ווען איך בין געווען אין נ"י האב איך אויך פארברענגט מיט עם אינאיינעם מיט מיין ווייב, צווישן די ווערטער וואס ער האט אונז געזאגט, "אויב וועל איך דערלעבן קום איך אי"ה דעם ווינטער א שבת צו ענק"