איך פערזענליך וואלט געהאלטען, אז אונזערע פרומערע חברה, וואלטען אויף דעם געברויכט צאלען אסאך געלט געוואיר צו ווערען א תשובה צו דעם.
וויפוהל פון אונזער עולם האט אקסעס צו אינטערנעט, און זיי נוצען דאס אפילו "נישט" אויף ביזנעס? (היידפארק\וועטער\ענגלישע נייעס...)
דער תשובה צו דעם, וואלט געגעבען זייער א קלארע בילד, וויפוהל אידען נעמען יא\נישט ערענסט קול קורא'ס וואס זענען אינטערגעשריבען אפילו פון די שטערקסטע רבנים.
דאס וואס אין היידפארק איז בחדרי חרדים שטערקער, מיין איך אז דאס איז פשוט ווייל דער ישראלים וואס זענען אויף די אינטערנעט, זענען "אלע" גוטע עברית ליינער\שרייבער. משא"כ דאהי, איז א גרויסע חלק פון דער עולם בכלל נישט צוגעוואינט צו ליינען\שרייבען אידיש. (עיין ערך המודיע - דער איד\בלאט\צייטונג.)
לדעתכם, וויפוהל איז דער פראצענט פון אונזער היימישע ציבור (ווילי\ב"פ\מאנסי\מאנראו) וואס איז קאנעקטעד?
און פארוואס טאקע אינטרעסירט זיי נישט וואס די רבנים זאגען אין די נושא? איז עס נאר ווייל זיי קענען נישט ביישטיין דער נסיון? צו אפשר גאר ווייסען זיי עפעס וואס דער אנדערע ווייסען נישט?
און פערזענליך האלט איר אז דאס איז א פאזיטיווע ערשיינונג? (דו צדדים אויף נישט קען א יעדער חדר אינגעל זאגען - דער בילדער אויף די וואנט אין די בתי מדרשים לעצטע וואך, האבען דאך בפירוש געוויזען ווי דער גולש ווערט א גארילע... איך פרעג בעיקר פון דער וואס האלטען א יא.)
נשלח ב-11/12/2005 02:22
וואסא,
טראכט א מינוט, דו זאגסט ער זאל ארויס קריכען פון ב"פ און ווילי, און אוועק טראכטען פון בלאט\צייטונג\איד, און ווי פונקטליך נאך האט ער צו רעדען אידיש?
נשלח ב-11/12/2005 01:42
baachi
איך קען דיר איבערזאגען פאנס PUNS אויף יעדער שפראך וואס מ'קען נישט איבערזעצען אויף א צווייטע.
זאג אויסגעשלאפען אויף עיווריט.
אז דו וועסט בלייבען מיט ליינען דער איד/בלאט/צייטונג און הערען די בארא פארקער וויליאמסבורגער "פלעינע אידיש" וועסט דו אודאי מיינען אז ס'א ארימע שפראך, אבער יעדער וואס קען אביסעל צו שפראכען בכלל, און צו אידיש בפרט וועט דיר זאגען אנדערש.
נשלח ב-9/12/2005 20:11
וואסא
דער פאקט אז דו קענסט דאס נישט סובל זיין מאכט נישט די שפראך ארימער אדער רייכער
העברעאיש איז געבויט אויף לשון הקודש און צוגעלייגט היינטיגע מושגים
איך האלט אז פון די אלע טויזענטער חסידישער אידען אויפן גארע וועלט.
איז אין הייד פארק נישט דא מער ווי 300 צו 600 רעגיולער היימישער חסידישער גולשים, דאס הייסט וואס ניצען עס מער ווי 2 מאל א טאג.
פון ווי קומט מיין חשבון?
אדרבה קוקט ווען עס קומט אהן א נייע אינטערסאנטע אשכול, אין די ערשטע פאר מינוטען איז נישט דא מער ווי הונדערט צפיות - און שפעטער אויב עס קומט צו פרישע תגובות גייט עס ארויף אין די הייעך גייען די זעלבע מענטשען נאך אמאל אריין און אזוי אגאנצען טאג, על כן איז ביי מיר גאנץ קלאר אז עס געפונט זיך נישט מער ווי אפאר הונדערט חסידישע אינגעלייט וואס ניצען עס כסדר.
מלבד אז מען שמועסט און ביהמ"ד אז עס איז דא סחורה אויף "הייד פארק" וכדו' דאן קען זיין קומען צי פרישע היימישע צו פון זיי און אפיס אדער פון "נעט קאפעס" וכדו'.
נשלח ב-8/12/2005 06:52
yohcee דערמאנט מיר פון די פרעסע אין אמעריקע, אלע קאנסערוויטיווער מענטשען זענען "עקסטרעמע", אזוי אויך ער מיט ליובאוויטש
וכהנה רבות דא
נשלח ב-8/12/2005 06:15
איך בין מסכים מיט יוסי718
איך בין טיןך נישט קיין צו גרויסער סאקמערער און כ'פיהל מיך גאנץ באקוועם דא
לדעתי איז בח"ח מערה נפןץ צוליעב דריי טעמים
א) עברית איז אסאך א רייכערע שפראך ווי אידיש, די שיינקייט פון אידיש איז אין שמועסן, קהל'עצן, אויפציהן קינדערלעך, אפשר א געשמאק לשון הרע'לע. א חסידישע עובדא, אוויץ אויף זיך צו קאלערן, און נישט צו שטארק אויף אינטיליגענטע שרייבעכצן.
וואס ברענגט מיך צו דעם צווייטן טעם
ב) מיינסטנס אינטילעגענטע מענטשן דא קענען עברית, אפילו די וואס שעלטן טויטע קללות דעם העברעאיש, טוען דאס בעסער אויף עברית (וואסא ויוסף90 יוכיחו) משא"כ ס'רוב ליידיגייער פון בח"ח ברעכן זיך די ציין אויף רעדען אידיש, ווער רעדט נאך פון שרייבן און לייענען.
ג) דער עולם און א"י זענען מעהר אפענע קעפ און באהאוונט אין הויות העולם ווי דא. א פאקט!
נאך א מעלה פון דעם
ארץ חמדה טובה ורחבה
נשלח ב-8/12/2005 00:28
איך וואלט געפרעגט די שאלה אביסל אנדערש.
"וויפיל חרדים דרייען זיך אויף די נעט" בשעת זיי זענען ביי זיך אין שטוב.
איינער וואס גייט אויפן אינטערנעט אין אפיס, אפילו ער גייט פאר שוואוילטאג, איז נאך נישט אזא מחוצף ווי איינער וואס ברענגט דאס אריין צו זיך אין שטוב.