בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אנטשולדיגט ! איר מעגט שוין אליין קראסן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2005 01:06 לינק ישיר 
אנטשולדיגט ! איר מעגט שוין אליין קראסן?

ביז וויפיל יאר דארף מען בעטן איינער זאל דיך אריבער פירן די גאס?
איך רעד נישט יעצט פון קיין קליינע קינדער.
איך רעד פון גרויסע, ערוואקסענע וואס זענען קיינמאל נישט אויפגעוואקסן, אדער - שענער - קיינמאל נישט געהעריג ערצויגן געווארן.
פאר א קליין קינד זאגט מען שטרענג אן מיט א ווארענענדיגע אויפגעהויבענע פינגער:
נישט גיין אליין אויף די טראטואר!
וואס טוט מען מיט ערוואקסענע מענער, און נאכמער פרויען, מיט אדער אן קערידזשעס וואס שפאצירן אריין ספאנטאן גראד אין די קארס אריין מיטן פולן טעמפא...
מעג זיין גרין מעג פונקט אזוי זיין רויט, מ'גייט!
וואו גייט איר? איר קענט נישט א קוק טוהן צו עס גייט א אויטא?
אויב האט איר זיך נאכנישט אויסגעלערנט צו קראסן, אפגעזען ווי אלט איר זענט 20 יאר אלט צו 40 צו 70, שעמט אייך נישט בעט פון איינעם זאל אייך אריבער-קראסן, לייגט די בושה אינדערזייט, ווען עס ווארט אויף אייך א משפחה אינדערהיים וואס דארף אייך נאך ביים לעבן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 19:26 לינק ישיר 

יא קוטשמא!
אינדערצווישן איז איינער אריבער נעבן מיין גלאנציגן קעדילעק, מיט א שמוציגן מאנטל, און שמוציג געמאכט מיין שיינעם באמפער...
האב איך א רעכט נאך אזא מעשה צו רעדן בטעמים העליונים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 04:26 לינק ישיר 

בןמלך, וואס איז געשעהן אין די זעקס מינוט צווישן דיינע צוויי תגובות צו וואס איך האב געשריבן. איינס איז בטעם התחתון אין די צווייטער איז שוין אזוי בטעם העליון.

איז איינער אריבער דיין קאר נישט קוקענדיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 03:15 לינק ישיר 

איך האב גאר ליעב די אידיאטישע ווייבער וואס שטיין אויפ'ן טראטואר און שטעקען ארויס די וויגאלע טיף אינמיטען גאס.
שוין מערער מאל וואס איך האב זיי געוואלט אנשרייען "אז דו ווילסט הרג'ענען דיין קינד ווארף עם אראפ פון דאך, וואס בין איך שולדיג אז איך דארף עם איבערפאהרען" אבער ביז דערווייל האלט איך מיך איין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 03:06 לינק ישיר 

אויב מיינט איר אז ביי אייך איז א פראבלעם פראבירט נאר צו פארען אין י-ם ביי די היימישע עולם (ובפרט רחוב מלכי ישראל - גאולה). הונדערטער יודען מעגן דארט בענטשען גומל יעדן טאג אז עס איז זיי גארנישט געשעהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 02:35 לינק ישיר 

קוטשמע איז גירעכט קארן ווייסען אז ביי גרין מעג ער פארן ווי ער וויל ובפרט ווען ער האט לעלאס און ווען ער דרייט זיך איין פארט ביז מיין פיס ועד בכלל און שרייט אויף מיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:42 לינק ישיר 

אין ווען מהאט מזל אין א שחור גייט דורך פארן קאר ביינאכט אנגעטין מיט זיין טינקעלע דזעשקעט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:37 לינק ישיר 

יא יא א ערנסטער פראבלעם.

קענסט פארן מיר א קאר אין זען ווי איינער גייט אריבער ביי רויט לייט און קוקט אופן פארקערטן ריכטונג, מעשה בת יענה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:29 לינק ישיר 

קוטמשא!
מ'רעדט נישט פון איינדרייען, מ'רעדט פון קאלטערהייט אריינשפאצירן אן קיין חשבונות דירעקט אין קאר אריין.
BTW איך בין אויך א פיסגייער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 01:23 לינק ישיר 

קוטשמע,
זייער ריכטיג, איך בין נישט פרעדזשודיס צו פיס-גייער און נישט צו קיין דרייווער.
אמת, א דרייוויער דארף נאכמער געווארנט זיין ווי א פיסגייער, אבער דעריבער טאר ער נישט אנרירן א רעדל בי ער באקומט א לייסענעס פון מאטאר וויהיקל.
אפשר דארף מען אנהייבן געבן לייסענס פאר נארמאלע מענטשן וואס ווייסן שוין וויאזוי צו קראסן??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 01:14 לינק ישיר 

די זעלבע אויף פארקערט אויך.

דרייווערס דארפן וויסן אז ווען מ'דרייט זיך איין האט די PEDESTRIAN - דער פיס גייענדיגע - די RIGHT OF WAY.

יאגסט דיך? פארפאלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:14 לינק ישיר 

בן מלך טייערע, דארפסט נישט גארנישט מורא האבן

"מלך פורץ גדר"

שפאציר שפאציר, שומר פתאים ד'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אנטשולדיגט ! איר מעגט שוין אליין קראסן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext