א גרוס אייך פונעם לובאוויטשער רבין זצ"ל מצורף קובץ
עס איז מיר לעצטענס אויסגעקימען צי זיין אין קווינס אין געגענט פונעם לויבאוויטשער רבין זצ"ל ציון, האב איך באשלאסען אפצישטאטען א באזוך, איך בין נישט קיין לובאוויטשער חסיד, אבער וואס קען דען שאטען א קוויטעל, אריין קומענדיג אינעם שאטער פארענט פינעם אוהל זעה איך א שיינע פאר היימישע פנים'מער, יא ביבער הוטען, נאך א צוויי אינעם אוהל, א דריטער ווייקט זיך אינעם מקוה.....
אינדערויסען האב איך געטראפען א באקאנטער מיינע פין פלעטבוש בכלל נישט קיין חסיד, געקימען מיטען טאכטער זיך אויסבעטען א טאג פאר די חתונה......
איך ברענג אייך דא אפאר בילדער אין דירעקשאנס, עס איז אפען 24/7 עס איז שטענדיג דא ווארימע אין קאלטע משקאות אין מזונות.
תוקן על ידי - איןבעיה - 07/12/2005 9:33:44
נשלח ב-30/6/2006 18:32
איך בין געווען ביים ציון הקדוש נעכטען ביינאכט, אזוי ווי עס שטייט און ספרים בקדשים הלילה הולך אחר היום, די התעוררות דארט איז מוראדיג, די ערענסטקייט איז גרויס, איך האב געזען דארט צענדליגע חסידישע אינגעלייט פון אלע קרייזן, אפאר וואס זענען געשטנען לעבען מיר, האבן ממש געוויינט בכיות נוראות זיך אויסבעטענדיג בדבר ישועה ורחמים, לאמיר זיי טאקע אלע אנוואוינטשען זיי זאלן האבן געפוילט אלעס גוטס אמן
נשלח ב-30/6/2006 15:32
איבערבליקנדיג דעם אשכול, כאפ איך א התפעלות פון די מורא'דיגע שבחים אויף די מציבה פון הקדוש ארי הלברשטאם הי"ד, אז - נישט מער און נישט ווייניגער - ער האט זוכה געווען צו התקרבות ביי הרבנית חיה מושקא ע"ה, ניטא ווער עס זאל לאכן.
נשלח ב-30/6/2006 00:48
אין בעיה
וואס האט דיך באנומען דא?
איך מאך עס נישט אוועק אבער איך זע נישט קיין שום כשרון אין דעם שמועס, ווי א עלטלערער איד וואס ווערט בייז ווען ער זעט א דבר טמא.
נשלח ב-29/6/2006 18:09
האפענטליך ווען בקרוב זיין "גוגל מסורת"
נשלח ב-29/6/2006 17:40
א נייע זאך ביי זשעי נעט?
גוגל ווידעאו פלעגט אמאל צו ארבעטן ביי מיר.
נשלח ב-29/6/2006 17:29
א ווידיא פינעם לובאוויטשער רבין ווי ער רעד צי א משומד, מיך האט דאס זייער באנימען........
איך מיין אז צבי איז גערעכט, דו האסט איין אבסעסיע מיט חב"ד
די מצבה פון דעם בחור הי"ד איז געשריבן ווען דער רבי האט נאך געלעבט, טא וואס איז די גרויסע עוולה פון שרייבן משיח ה'?
דו האסט פארגעסן די גמרא סנהדרין?
מה שמו דבי רבי שילא אמרי שילה שמו שנאמר עד כי יבא שילה דבי רבי ינאי אמרי ינון שמו שנאמר יהי שמו לעולם לפני שמש ינון שמו דבי רבי חנינה אמר חנינה שמו שנאמר אשר לא אתן לכם חנינה ויש אומרים מנחם בן חזקיה שמו שנאמר כי רחק ממני מנחם משיב נפשי ורבנן אמרי חיוורא דבי רבי שמו שנאמר אכן חליינו הוא נשא ומכאובינו סבלם ואנחנו חשבנוהו נגוע מוכה אלהים ומעונה אמר רב נחמן אי מן חייא הוא כגון אנא שנאמר והיה אדירו ממנו ומושלו מקרבו יצא אמר רב אי מן חייא הוא כגון רבינו הקדוש אי מן מתיא הוא כגון דניאל איש חמודות
איינער וויל גלייבן אז זיין רבי איז משיח? כבר היה לעולמים!
דער פראבלעם איז ווען מען טוט מעשים משונים ווי ממליך זיין מיט כתרים וכדומה, וואס קומט ארויס א חילול השם. אדער שרייען אז דער רבי לעבט ווי יעדער בשר ודם און קיינאהל נישט געשטארבן. וכי בכדי חנטו חנטיא וגו'
אבער איינער וויל גלייבן אין הארץ? א בחינה ווי יעקב אבינו לא מת. מה כל הרעש?
צו ענפערן דיין שאלה: די משיחיסיטם ארט מיר אסאך מער ווי דיר ווייל זיי גייען אנקעגען דעם רבי'ן זי"ע אבער איך פראביר זיי אגנארירן אנשטאט זיין אפסעסט מיט זיי
37
תוקן על ידי - chaimson - 07/12/2005 18:51:37
נשלח ב-7/12/2005 18:25
חיימזאהן
ווער עס זעהט מיינע תגובות אויף הייד פארק קען זעהן אז איך בין בכלל נישט אבסעסד מיט לובאוויטש. מיינע אינטערעסען זענען גאר ברייט.
אבער דיין תגובה דא ווייזט פאר אלעם ווי פאלש זענען די אזוי גערופענע "אנטי משיח'יסטען" זענען באמת.
מיין טענה איז אלע מאהל אז רוב פון די 'אנטי' זענען סתם מה יפית'ניקעס.. מ'וויל אויסזעהן 'נארמאל' אבער אין הארץ איז א ציילעם פון מליבא לפימא לא גלי', דער עיקר טענה דיינע אויף די משיח'סטען איז נאר אויף זייער 'טאקטיק'