| נשלח ב-8/12/2005 01:05 |
|
| |
מעל גיבסאן לאזט זיך ווייטער הערן
דער קאנטראווערסיענאלער אקטיאר און פראדוצירער מעל גיבסאן, וועלכער איז טרויעריג בארימט געווארן מיט זיין באוואוסטע "פעשאן אוו די קריס..." פילם, ווי ער שפילט אפ די פגירה פון יוזל, און טאדלט די אידן פארן קרייצן אים און הרג'ענען, און איז אין זיינערצייט אויסגעשטאנען פיל קריטיק פון אידישע און נישט אידישע ארגאניזאציעס.
איז יעצט צוריק ארויף אויפן אויבערפלאך מיט א נייע ווערק, א שילדערונג פון א האלענדישע גוי וואס האט אויסבאהאלטן און גערעטעט א אידענע אין די צייטן פון וועלטס קריג.
די קריטיקירער האבן שוין אקטיווירט זייערע אפעראטן, און אנגעשטעלט די ביקסן אויף אים גרייט צו שמייסן נאך פאר עס קומט ארויס אויף די גאס.
די אקטיוויסטן פארפירן אז עס איז זיכער פול מיט קאנטראווערסיע און אויסגעשפראכענקייט, ווי ער האט שוין באוויזן אין די נאנטע פארגאנגענהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 17:20 |
|
| |
ווי ער שפילט אפ די פגירה פון יוזל, און טאדלט די אידן פארן קרייצן אים און הרג'ענען,
לויט די אידישע היסטורי', ווער האט טאקע געקרייצט יוזל'ן אין ווער האט עם געהארגעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 17:29 |
|
| |
אויף דעם איז דא צו באקומען א טעיפ פון דעם מגיד שיעור נפלא בסאטמאר 53 הרב סיני מאלעוויצקי שליט"א.
נאכ'ן הערן יענעם טעיפ וועט דיר שוין גארנישט שווער זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 17:34 |
|
| |
דער ענין איז אזוי פארנעפלט, אבער אויך אויפן פילם ווייזט מען אז די רוימער האבן אים גע'הרג'עט און אויך אז זיי זענען די וואס האבן אזוי אריינגעשמיסן אין אים, נאר די אידן האבן דאס פארלאנגט, און האבן איינגעריסן וועלטן אז מען זאל אים הרג'ענען וואס די רוימער האבן לכתחילה נישט געוואלט.
ביי אונז איז אנגענומען אז די רוימער זענען געווען די וואס האבן אים געוואלט זען א טויטער ווייל זיי האבן געזען ווי ער הייבט אן צו זאמלען צופיל מענטשן און האבן מורא געהאט פאר א רעוואלוציע.
דאס שטימט אבער נישט מיט די זעלבע היסטאריקער וואס האלטן אז ער איז בחייו געווען א גארנישט און האט געהאט קוים מענטשן (די צען צעדרייטע נאכשלעפער) מיט זיך, און דער וואס האט געמאכט אזא ריזיגע רעליגיע דערפון איז געווען עמיצער פון א פאר דורות שפעטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 17:46 |
|
| |
בן מלך.
מיט די נייע פילם וואס מעל גיבסאן וויל אצינד מאכן, וויל ער זיך ריינוואשן אז ער איז גאר א אידן-פריינט און דעריבער מאכט ער א פילם איבער די האלאקאוסט.
אבער אין דעם פילם וועט דער פארשטיקענער קריסט צייגן דאס פארקערטע. ער ברענגט א מעשה ווי א אידיש מיידל האט חתונה געהאט צו א קריסט, און דער קריסט האט איר געראטעוועט פון די נאציס.
אה, די פיינע קריסטן...
מענטשן רעטער
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 18:11 |
|
| |
דער נושא יז דוין געווארן דיסקוסירט לאורכו לרוחבו לעומקו ולהקיפו
דא זענען מיינע דברי בורות
א) די גמרא סנהדרין זאגט בערב פסח תלאוהו לישו ...על שכישף והסית והדיח את ישראל
יענער ישו איז געוועהן א תלמיד ר' יהושע בן פרחיה געלעבט 180 יאהר לפני החורבן, סנישט דער זעלבער פון דעם קראצמעך.
ב) נישטא קיין שום היסטארישער באווייז אז דער פארשוין האט געלעבט, מכש"כ נישט קיין "אתם ראיתם" עדות, און דאס איז אין א דור ווען עס זענען געוועהן אסאך שרייבער ווי יוסף בן מתתיהו.
ג) א גוי גלייבט אין וואס ער וויל, ער האלט בשיטה אז גלייבן מיט פאקטן גייען נישט צוזאמען(!?) ער זאגט You got to believe און dont confuse me with the facts
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 20:09 |
|
| |
בן למך
ווי קומט צו דיר צו וויסען און שרייבען וועגן אקטיארען און אזעלכע שווארץ יאר? דו ווייזט דאך א פנים פון איינער וואס עס ברענט אין אים די אהבת ה' און די שנאה לשונאי שמו והנגררים אחריהם, איז דאס א חלק פון די אזויגערופענע קנאות דיינע?

|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 21:55 |
|
| |
דרך אגב:
כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט אמאל פארציילט אז אינדערהיים אין באבוב איז געוועהן א גוי וואס האט געזאגט אז ער גלייבט בכלל נישט אינעם אותו האיש, נאר איין זאך ווייסט ער אז די יודען האבען איהם גע'הרגעט!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 23:05 |
|
| |
צבי
זיי נישט אזוי פארביסען. ביזט אין א פארק
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 02:00 |
|
| |
איך ווייס נאך נישט פארוואס דער עולם דא מאכט אזוין ברייטעל פון דעם. סה"כ שפילען מיר אלע אריין דא אין די הענט פון "פאקס" (דער קאמפאני וואס גיבט ארויס דער מאווי).
פאקס האט אפיציעל געמאלדען, אז דער סיבה פארוואס זיי האבען געלאדענט גיבסאן צו זיין דער פראדוסער פון דער פילם, איז טאקע נאר פאר דעם וואס זיין קשר מיט דער האלקאוסט איז אהנגעבינדען מיט קאנטראווערסי. און תקותם חזקה, אז דער קאנטראווערסי וועט ברענגען אסאך בחנם'דיגע פרסום פאר דער שאו, און ווי פרסום דארט געלט, כידוע.
לויט ווי אזוי דער אשכול פאהרט, זעהט אויס אז דער ענין פאהרט גענוי אזוי ווי ס'פארלאנגט זיך.
(אגב, פאר אלע וואס ווייסען נישט, איך האב מיך ספעציעל אהנגעשטרענגט נישט צו שרייבען קיין ענגלישע אדער העברעישע ווערטער... )
תוקן על ידי - jid_613 - 09/12/2005 2:00:38
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 20:21 |
|
| |
דזשיד
ביזט כשר גערעכט. סאיז אטריק פון פאקס, אשקויעך פאר מעורר זיין דעם חשובן היימישן עולם
א באנטש אף קרוקס זענען זיי, זיי מיינען אז מיר זענען יאלדן, מיר דארפן זיי לערנען דרך ארץ
פארדעהם בין איך מקבל אז מהיום והלאה וועל איך נישט גיין קוקען קיין שום פילם פון מעל גיבסאן, נישט נאר פון איהם, נאר אותו ואת בנו ובן בנו עד סוף כל הדורות.
אין נישט נאר דאס, נאר איך מקבל עלי אני וביתי ועל זרעי לדורותי נישט גיין קוקן קיין שום פילם פון פאקס,
אפילו דער שטערן וועט זיין קאפי עלענבויגן אליין
אפילו מיכאל שניצלער וועט זינגען, און ליפא וועט שפרונגען, דער שבת פייפער וועט קלינגען, מיט היימישע באבובער/מונקאטשער יונגען,
אפילו די נשים שפילערס וועלן זיין בעצם מהודר'דיגע לא ילבש מענער, און שפילען נאר חוה"מ שחל להיות בפורים קטן, און נאר אין ברוקלין קאלעדזש, מיט מחיצות גמורות וגבוהות עשויות בידי אדם, בהכשר הרבנים הגאונים,
אפילו ווען דאס געלט וועט גיין פאר קופת חתנים פאר בלויז קיילעכיגע יתומים וואס דארפן זיך אליין חתונה מאכן,
וואס זייערע טאטעס זענען עקלוזיוו היימישע תלמידי חכמים, חשוכי בנים, אלע גרויסע בעלי חובות וואס דארפן דאס געלט נאר פאר צורכי רפואה פאר נישט געזונטע קינדער
NO WAY JOSE
מיט פאקס האב איך גענדיגט
YOU CAN QUOTE ME ON THAT
זאלען זיי וויסן
תוקן על ידי - baachi - 09/12/2005 20:32:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 04:03 |
|
| |
דיפלאמאט
עס שטימט נישט מיט די יארען.
דאכט זיך מיר עס איז דא א 150 יאר געפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 05:09 |
|
| |
באטשי שרייבט: "דאס איז אין א דור ווען עס זענען געוועהן אסאך שרייבער ווי יוסף בן מתתיהו".
ווער עס קען אביסל היסטאריע ווייסט אז פונקט קאפויער, אין יענע תקופה איז כמעט נישט געווען קיין שרייבער, יוסיפיון איז געווען פון די איינציגסטע און דערפאר האבען אים די רומים איינקוואטירט, וואס טאקע צוליב דעם איז נישט אלעס וואס ער שרייבט קען מען אננעמען בנאמנות כידוע.
דזשיד זאגט א אמת'ע נקודה, ווי מער קאנטראווערסיע עס דרייט זיך ארום א פילם, אלץ מער זענען די אויסזיכטען אז עס זאל מצליח זיין ווייל עס באקומט קאווערעדזש (אדווערטייזינג) בחינם, ופעשאן אף די קרייסט יוכיח.
|
|
|
|
|