יוסעלע לאמיר זיך דינגען
דאס האט יוסעלע געשריבען און פארום חדשות אנ"ש אינמיטען די נושא פון די נסיעה קיין טאראנטא, נאך וואס אסאך פרעמדע חברה האבן שיין געשריבען וועגן רבינו און וועגן די נסיעה, האט ער זיך אויס געגאסען דאס הארץ און דאס געשריבען, און נאכדעם האט א כותב מיטן נאמען אגודיסט אים זעהר שיין צוריק גענטפערט אויף יעדן שורה, אבער די מנהלי הפארום דארט האבן עס אויסגעמעקט דערפאר ברענג איך עס אראפ דא און לאמיר זעהן וואס די עולם האלט, (איך האב עס געקאפיט נאך פאר מען האט עס אויסגעמעקט)
יוסעלע געשריבען
_______________________________________________
"איך האלט אז דאס ווארט צוברעכן איז פשוט א טעות ווייל עס איז למעשה פארקערט".
איך גיי נישט אריין אין די דעטאלן וועגן ציברעכן נאך דעם וואס זיי האבן פורש געווען פון באבוב, אבער האסטו דען א מושג וואספארא רדיפות די רב האט געהאט אוסצושטיין לעצטע 4.5 יאר ווען ער האט פראבירט צו פירן באבוב, צוברעכן איז נישט די ווארט, החסיד הישיש ר' שאול הוטערער הי"ו דער וועלט בארימטע בדחן האט געשריבען א בריוו צו איינעם, האט ער געשריבען אז ער האט געזעהן "חורבן בית באבוב" בשנות הזעם תרצ"ט - תש"ה און ליידער האט ער עס געזעהן נאכאמאל בשנות תש"ס תשס"ה, עטץ דרויסינדיגע האבן נישט קיין מושג וואס איז פארגעגאנגען אין באבוב, ממילא זייטס נישט מחליט וואס איז יא גוט און וואס איז נישט גוט. וואס הייסט צוברעכן און וואס נישט.
אונז קען מען זייער גוט רמ"ד פון לעצטע ֵ יאהר, יא ער האט 300 משפ' וואס שרייען נאך עם קדוש קדוש קדוש, יעדע איינציגע פון די וואס דרייען זיך ביי עם האט א קלארע סיבה פארווואס זיי לויפן מיט עם, עס איז פאר קיינעם קיין סוד אז די סיבה איז מער צו קענען שרייען אויפן רב שליט"א שגץ (עפ"ל) פאר פריוואטע סיבות. ווי צו שרייען אויף רמ"ד קדוש...
א סוד פאר גאנץ בראד, אז רמ"ד איז נישט געווען זיייער ערשטע אויסווייל, זיי האבן געזוכט בעסערס, פון ר' יעקב יאסעלע ה"ש אנגעהויבן וואס האט זיי פארשטופט מיט ביידע הענט. און ר' יהושע רובין וואס האט זיך נישט געלאזט נאר'ן פון זיי, פארשטייט זיך אז רמ"ד האט זיי אויפגענומען בפנים שוחקות וכו'...
איז עס דען א סוד, אז היינט צו טאג זיצט ער אפ שעות ע"ג שעות אויפן טעלעפאן און שמועסט הויל פאליטיק מיט זיינע איינגעשטעלטע אנהענגערס אין אויסלאנד.
אדרבא לאמיר גרונטליך דורך קוקן זיין "הצלחה"!
קוקטס אן די היסטאריע פון עם די לעצטע דריי פערטיל יאהר,
- פורים איז ער ארויס פון באבוב מיט א מעכטיגע עולם,
- די ערשטע מסירה אין קאורט האט די קאורט ארויס געווארפן,
- די צווייטע קלאגע האט זיי קאורט זיי געהייסן זיך שטעלן צו די"ת און זיך צו שטעלן צו באבוב'ס פארלאנגען (בי"ד של חמש ועוד),
- ביים ערשטע ישיבת בי"ד האבן זיי פארלוירן ביידע קעמפס (אינדעצייט ווען באבוב האט געאפערט א פשרה אז קענען האבן מתיבתא קעמפ)
- ביים צווייטע ישיבת בי"ד האבן זיי פארלוירן די פראגראם וואס זייי האבן פראבירט צו גנב'ענען.
- ביי די דריטע ישיבת בי"ד האבן זיי שיעור נישט פארלוירן די הויזן, אז היינט צו טאג פגר'ן זיי שוין פאר א פשרה, און אויפצוגעבן די נאמען באבוב.
- היינט צו טאג האט ער האלב דער עולם וואס איז ארויס מיט עם פורים צייט, (עס איז אפשר צוגעקומען אן עולם פון דער גאס).
קע"ה ער האט היינט שוין א חבורה אין תפיסה, פאר זייערע גוטע התנהגות.
קע"ה א גאנצע חבורה טראק דרייווערס.
קע"ה ליידער א חבורה מחללי שבתים וי"ט בפרהסיא.
קע"ה א חבורה בחורים אין בית יעקב דארמיטארי.
וואס רופסטו פונקטליך הצלחה?? פערסענטעזש ווייז, א חסידות פון 300/400 משפחות מיט אזעלכע חבורות, דאס הייסט אן הצלחה, אז אט די "צדיקים" שרייען אויף עם קדוש, וואס פונקטליך באדייט עס, עס איז קיין סוד, אז פון א די גרופעס האט ער זיך נישט געטיילט מיט באבוב, ער האט עס גענומען גאנצע הונדערט פראצענט, איז ער דען מצליח פון טאג צו טאג, ער האט געהאט איין הצלחה ערב פורים, אויב מען וויל עס רופען הצלחה.
מצליח געווען ארויס צונעמען די שמוץ פון באבוב
מצליח געווען צו באשמוצען די שטאלץ פון באבוב
ווער האט א הו"א אז מיט די מעשים טובים אלס אבן היסוד פון א חבורה קען מען בויען, די שטן קעו בויען דערויף, קדושה און טהרה מוזען האבן אנדערע יסודות.
קוק היסטאריע וועסטו זעהן אז פון די אלע בעלי מחלוקות ווי אזוי זיי זעהן היינט אויס.
- בעלז, די מאכנובקע חסידים זענען געווען די ערשטע אונז צו קומען זאגן טיילטס ענק נישט אפ ווייל ענק וועלן חרטה האבן!
- גיי צוריק אינדערהיים, באבוב האט געהאט אויסצושטיין רדיפות פון חסידי, קאלאשיץ, חסידי מעליץ, ועוד, עס היינט ליידער קיין זכר פון זיי נישטא צוטרעפן.
- גער אלכסנדר, קוק היינט אן אלכסנדר, א חסידות גרויס ווי א שמעק טאבאק.
א רבי וואס גייט אין קאורט אין שרייט בראש כל חוצות "לית דין ולית דיין", א רבי וואס די שו"ע שרייט אויף אז ער איז א "מסית ומדיח", דאס איז נישט מיינע ווערטער, די תוה"ק זאגט דאס,
רב וואזנער שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אויף בלשון רוצח (ווען ער האט געשלעפט זיין שווער די לעצטע רב ז"ל קין אר"י, וואס א וואך שפעטער איז די רב ז"ל ליידער נפל על משכבו עם חליו שלא עמד ממנו עד שהחזיר נשמתו הטהורה ליוצרו).
וויל ער פראוווען א שבת אין וויליאמסבורג, פארשיקט עם סאטמאר.
וויל ער פראווען א שבת אין מאנטרריאל מוז עער נעבעך אנטלויפן אינמיטן נאכט וווי א גנב, ווייל טטאש האט עם מרמז געווען "ניט דא".
געווען אין ארץ ישראל איז "קיין איין איינציג רבי" עם נישט געקומען באזוכען.
גיי אריין צום טיש צו עם, וועט די קבלת פנים זיין "א שאד ביסט נישט געקומען לעצטע וואך!, לעצטע וואך איז געווען אסאך א גרעסערע עולם", אדרבא פרוביר עס אויס.
פרעגטס די ארץ ישראל'דיגע רביס וויפיל מען האט זיי געצאלט, צו קומען וויזיטען רמ"ד, פרעגטס כל העולם כולו, וויפיל זיי מאכן פון עם פאר די פראנט קאווערס (א פלא אז ווען באבוב האט א פראנט קאווער האבן זיי די פראנט קאווער די וואך נאכדעם), פרעגטס די רביס וואס מאכן שמחות וויפיל פון זיי האבן עם געלאדענט.
אויב דאס הייטס הצלחה וואונטש איך עם כפל כפליים.
אוי! איך האב פארגעסען איין נקודה:
דא אויף היידפארק האט ער אויך א געוואלדיקע הצלחה!
אגודיסט געשריבען
_______________________________________________
אז עס טוט וויי שרייט מען, אז די הינט בילט איז א סימן אז די שטיין האט געכאפט.
עס האט זיך געפענט א שיינע אשכול וועגן די נסיעה קיין מונטריאל מיט 20 תגובות, און כולם פה אחד האבן מעריץ געוועהן כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45, עד כדי כך אז יאסעלע פון לונדון האט זיך אויף געוועקט אינדערפרי וואס דאס איז ביי אונז אינמיטן די נאכט זיךאון האט זיך אויסגעגאסען די הארץ מיט אזא שנאה, זעענדיג אז לא עלתה זממם של אנשי 48 בידם און אז די וועלט נעמט אן כ"ק אדמו"ר מבאבוב
איך וועל אראפ ברענגען די שטיקלעך וואס יוסעלע האט געשריבען אין ברוינע אותיות, און איך וועל ענטפערן אין רויטע אותיות, און מוכיח זיין גודל תמימתו און חסרון ידיעתו ליידער.
יוסעלע שרייבט "איך גיי נישט אריין אין די דעטאלן וועגן ציברעכן נאך דעם וואס זיי האבן פורש געווען פון באבוב, אבער האסטו דען א מושג וואספארא רדיפות די רב האט געהאט אוסצושטיין לעצטע 4.5 יאר ווען ער האט פראבירט צו פירן באבוב, צוברעכן איז נישט די ווארט, החסיד הישיש ר' שאול הוטערער הי"ו דער וועלט בארימטע בדחן האט געשריבען א בריוו צו איינעם, האט ער געשריבען אז ער האט געזעהן "חורבן בית באבוב" בשנות הזעם תרצ"ט - תש"ה און ליידער האט ער עס געזעהן נאכאמאל בשנות תש"ס תשס"ה, עטץ דרויסינדיגע האבן נישט קיין מושג וואס איז פארגעגאנגען אין באבוב, ממילא זייטס נישט מחליט וואס איז יא גוט און וואס איז נישט גוט. וואס הייסט צוברעכן און וואס נישט."
יוסעלע טייערע וואס האט הרב משה דוד שטרום מזקני תלמידי הקדושת ציון הי"ד געזאגט ווען רבינו איז נפטר געווארן, איך געדענק נאך די מלחמה ווען עס איז קוים געוועהן אין באבוב און ב"ה היינט בין איך זוכה אז עס איז שוין דא צוויי באבוב'ס, נו קוק די חילוק פון צוויי זקנים וויאזוי מען קען אנטייטשן די חלוקה.
אז דו רעדסט פון רדיפות פון די לעצטע פינף יאר, וואס לשיטתך האט מען גערודפט איינער וואס איז דעמאלס נישט געוועהן רב, סך הכל אפשר רב הצעיר, וועל איך דיר ענטפערן פון רדיפות וואס מען האט גערודפט און חוזק געמאכט די רב אליין די לעצטע פינף יאר, (אן אריין צוגיין וועגן די רדיפות פון די לעצטע 40 יאר ווען מען האט גערעדט אויף אים כל דבר אסור כדי אים צוצוקריגען מיטן טאטן), ווער איז געזעסן ביים טיש לעבן ברודער און ווען ער האט באקומען שיריים האט ער דאס אראפ געווארפן אויף דער ערד לפני קהל ועדה, ווער איז ארויס געגאנגען חול המועד מאכן אייגענע מנינים הלל מיט נענועים בשעת ווען די ברודער האט געדאוונט פארן עמוד אין ביהמ"ד הגדול, ווער האט געהאלטן דרשות פינף יאר און קיינמאל נישט דערמאנט אחיו האדמו"ר (און ער איז גראדע אזוי ממשיך היינטיגע צייטן), נו ארויס גיין מאכן אייגענע מנינים איז אפשר נישט צובראכן באבוב??
יוסעלע שרייבט "אונז קען מען זייער גוט רמ"ד פון לעצטע ֵ יאהר, יא ער האט 300 משפ' וואס שרייען נאך עם קדוש קדוש קדוש, יעדע איינציגע פון די וואס דרייען זיך ביי עם האט א קלארע סיבה פארווואס זיי לויפן מיט עם, עס איז פאר קיינעם קיין סוד אז די סיבה איז מער צו קענען שרייען אויפן רב שליט"א שגץ (עפ"ל) פאר פריוואטע סיבות. ווי צו שרייען אויף רמ"ד קדוש...
א סוד פאר גאנץ בראד, אז רמ"ד איז נישט געווען זיייער ערשטע אויסווייל, זיי האבן געזוכט בעסערס, פון ר' יעקב יאסעלע ה"ש אנגעהויבן וואס האט זיי פארשטופט מיט ביידע הענט. און ר' יהושע רובין וואס האט זיך נישט געלאזט נאר'ן פון זיי, פארשטייט זיך אז רמ"ד האט זיי אויפגענומען בפנים שוחקות וכו'... "
יוסעלע טייערע ער האט דריי הונדערט משפחות?? די גלייבסט טאקע אלעס וואס מען זאגט דיר לאמיר אביסל צונעמן די זאך, (איך גיי יעצט רעדן פאקטן און דער וואס וויל קען איך שפעטער פאוסטען קאפיס און בילדער ראיות צו וואס איך זאג), אין 48 איז געהאנגען א רשימה פאר די זיצן ערב ר"ה מיט 1040 נעמען און ווי באריכטעט אין פארום באבוב קען מען דארט זעהן די רשימה וואס איז געהאנגען און אזוי אויך א רשימה םון איבער הונדעט פאלשע נעמען אדער א גרויס חלק מתפללי 45 אדער סתם אנגער טעותים און דאפעלטע נעמען ועוד עי"ש ותמצא נחת, בלייבט איבער סך הכל 940 נעמען מיט זיצען אינעם גרויס ארטיגען ביהמ"ד אויף 48, (ח"ו זאלט איר נישט מיינען אז די אלע 940 זענען חסידי רב"צ נאר דאס בין איך מודה אז זיי דאוונען דארט וד"ל), און יעצט אריבער גיין צו 45 דארט זענען געוועהן פארקויפט 650 זיצן, און נאך צוויי 200 זיצן זענען געוועהן אן נומבערס פאר די אלע וואס האבן מורא געהאט צו קויפן זיצן מפני פחד אנשי 48 וכדו', איז לאמיר רעכענען אז 45 האט געהאט 650 (און נאך 200) און 48 האט געהאט 940 וויאזוי זעהן מיר אויס איך וואלט געזאגט זעהר נאנט צו 60/40 און זעהר ווייט פון נאר 300 מענטשען אין 45,
און צו דעם וואס די זאגסט אז זיי זענען געגאנגען צו ר' יעקב יוסעלע וועל איך די ענטפערן וואס דו האסט געענטפערט צו דייטש וז"ל "די רעדסט וואס די ווייסט, אדער די ווייסט וואס די רעדסט?"
יוסעלע שרייבט "איז עס דען א סוד, אז היינט צו טאג זיצט ער אפ שעות ע"ג שעות אויפן טעלעפאן און שמועסט הויל פאליטיק מיט זיינע איינגעשטעלטע אנהענגערס אין אויסלאנד."
מהיכי תיתי די רעדסט וואס די ווייסט, אדער די ווייסט וואס די רעדסט?
יוסעלע שרייבט "אדרבא לאמיר גרונטליך דורך קוקן זיין "הצלחה"!
קוקטס אן די היסטאריע פון עם די לעצטע דריי פערטיל יאהר,
- פורים איז ער ארויס פון באבוב מיט א מעכטיגע עולם,
גאנץ אינטערסאנט אז די ביסט מודה
- די ערשטע מסירה אין קאורט האט די קאורט ארויס געווארפן,
ווייל דאס איז געוועהן צו פעדעראל קאורט און די קאורט האט געזאגט אז דאס איז נישט קיין פעדעראלע ענין און דאס באלאנגט צו א לאקאלן קאורט
- די צווייטע קלאגע האט זיי קאורט זיי געהייסן זיך שטעלן צו די"ת און זיך צו שטעלן צו באבוב'ס פארלאנגען (בי"ד של חמש ועוד),
און דא פארגעסטו זייער א וויכטיגע נקודה, אז עטס זענטס געגאנגען אין ערכאות וועגן די קעמפס (בהיתר הר' סילמאן, אינטערסאנט נאר ענק מעגן נעמען א היתר פון א רב צו גיין אין ערכאות און ווען אונז זענען געגאנגען בהיתר רבנים שלנו איז דאס געוועהן טריפה), און דעמאלס איז געקומען דעם גרויסן פסק פונעם שופט אז די קעמפס באלאנגען פאר ביידע, און עטס האט פראבירט מיט אייזענע כוחות צו טוישן זיין פסק עד כדי כך אז עטס האטס אריין געגעבן א לויערס בריוו אז מען קען נישט זיין מיט אנשי 45 צוזאמען ווייל זייערס א בחור האט געוואלט הרגענען א בחור פון 48, (אינטערסאנט וואס איז מיט מסירה?), און טראץ אלע זייערע בקשות איז לא עלתה זממם און דער שופט האט נישט געוואלט טוישן זיין פסק.
- ביים ערשטע ישיבת בי"ד האבן זיי פארלוירן ביידע קעמפס (אינדערצייט ווען באבוב האט געאפערט א פשרה אז קענען האבן מתיבתא קעמפ)
גערעכט
- ביים צווייטע ישיבת בי"ד האבן זיי פארלוירן די פראגראם וואס זייי האבן פראבירט צו גנב'ענען.
שקר דבר ידוע לכל אז די בי"ד האט געפסקנט אז די פראגראמען פון חדר גייען ווערן איינגעטיילט לויט די קינדער וואס ביי דעם איז טאקע דא מער קינדער אין 48, אבער פונקט אזוי האט בי"ד געפסקנט אז 48 דארף געבן די פראגראמען פאר די בחורים, נישט נאר וואס זיי האבן געגנבט זייט פורים דארפן זיי צוריק געבן, ולא עוד נאר פון היינט און ווייטער דארף 48 געבן פראגראמען פאר אלע 45 בחורים, און די עיקר פארלוסט איז געוועהן אז מען האט נישט נאכגעגעבן אנשי 48 זייער וויכטיגע טענה וועגן שרייבן באבוב אויף די באסעס.
- ביי די דריטע ישיבת בי"ד האבן זיי שיעור נישט פארלוירן די הויזן, אז היינט צו טאג פגר'ן זיי שוין פאר א פשרה, און אויפצוגעבן די נאמען באבוב.
אינטערסאנט ווי די גלייבסט וואס מען פארציילט דיר ווייל אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי ווען 48 לייגט פאר זייער טענות פונקט דעמאלס פארלירן אנשי 45 זייער הויזן, מען האלט דאך אינמיטן טענות אן קיין שום פסק, און פארוואס זאל 45 וועלן איינגעבן אויף א פשרה ווען די רבני הבי"ד האבן ביי אפאר עקסטערע מעשיות קלאר געזאגט אז זיי מעגן זיך רופן באבוב, דהיינו ביי כול זיבינבירגין דינער האט ר' יח"ג וואס האט גערעדט ביים דינער אן גערופן צו הרב ראזענבערג זאגן אז אנשי 48 לייגן פרעשור אז ער זאל נישט רעדן דארט ווייל מען גייט רופן הרמ"ד מיטן נאמן באבוב האט אים רב ראזענבערג גענטפערט אז מען מעג אים רופן באבוב, וכך הוה מיטן רחמסטריווקע חתונה ועוד כידוע לכל (פאר די וואס ווילן משלים זיין מיט די מציאות).
- היינט צו טאג האט ער האלב דער עולם וואס איז ארויס מיט עם פורים צייט, (עס איז אפשר צוגעקומען אן עולם פון דער גאס).
אינטערסאנט פורים האבן ענק געטענהט אז ער האט 80 מענטשען קומט אויס אז ער האט היינט נאר האלב פון דעם איז פערציג און די זאגסט אונז האבן היינט 300 א שטיקל קשיא?
קע"ה ער האט היינט שוין א חבורה אין תפיסה, פאר זייערע גוטע התנהגות.
ליידער איז "איין" בחור געזעסן אין תפיסה פאר "איין" טאג מכח א מסירה פון אנשי 48 (אינטערסאנט ווען זייער טוען האט געטענהט אז 45 זענען געוועהן מוסרים האט ער געשריבען אין א בריוו מרימי יד בתורת משה, נו וויאזוי מעג מען פלוצלונג זיין א מרים יד בתורת משה?,)
קע"ה א גאנצע חבורה טראק דרייווערס.
קע"ה ליידער א חבורה מחללי שבתים וי"ט בפרהסיא.
קע"ה א חבורה בחורים אין בית יעקב דארמיטארי.
מהיכי תיתי די רעדסט וואס די ווייסט, אדער די ווייסט וואס די רעדסט?
וואס רופסטו פונקטליך הצלחה?? פערסענטעזש ווייז, א חסידות פון 300/400 משפחות מיט אזעלכע חבורות, דאס הייסט אן הצלחה, אז אט די "צדיקים" שרייען אויף עם קדוש, וואס פונקטליך באדייט עס, עס איז קיין סוד, אז פון א די גרופעס האט ער זיך נישט געטיילט מיט באבוב, ער האט עס גענומען גאנצע הונדערט פראצענט, איז ער דען מצליח פון טאג צו טאג, ער האט געהאט איין הצלחה ערב פורים, אויב מען וויל עס רופען הצלחה.
מצליח געווען ארויס צונעמען די שמוץ פון באבוב
מצליח געווען צו באשמוצען די שטאלץ פון באבוב
אויף דעם דארף איך שוין גאר נישט צו לייגן אלס איז שוין פארענטפערט לענ"ד ביז אהער
ווער האט א הו"א אז מיט די מעשים טובים אלס אבן היסוד פון א חבורה קען מען בויען, די שטן קעו בויען דערויף, קדושה און טהרה מוזען האבן אנדערע יסודות.
קוק היסטאריע וועסטו זעהן אז פון די אלע בעלי מחלוקות ווי אזוי זיי זעהן היינט אויס.
- בעלז, די מאכנובקע חסידים זענען געווען די ערשטע אונז צו קומען זאגן טיילטס ענק נישט אפ ווייל ענק וועלן חרטה האבן!
- גיי צוריק אינדערהיים, באבוב האט געהאט אויסצושטיין רדיפות פון חסידי, קאלאשיץ, חסידי מעליץ, ועוד, עס היינט ליידער קיין זכר פון זיי נישטא צוטרעפן.
- גער אלכסנדר, קוק היינט אן אלכסנדר, א חסידות גרויס ווי א שמעק טאבאק.
איך קוק מיך אום אויף די יסודות פון 48 זעה איך טאקע א אבן יסוד וויאזוי צו בויען א חסידות ארויס צו ווארפן לעבעדיגע מענטשען פון א ביהמ"ד, מאכן געוואלדאטן ביי לוויות פון טויטע רח"ל, נעמען חשובע יודן אין געבן העץ דרשות אז מען טאר נישט גיין אויף קיין שמחות צו אנדערע יודן, עלטער זידעס נישט לאזן גיין צו אור אייניקלעך'ס ברית'ן ועוד,
און ועל כולם וואס ער האט געטוהן לעצטער וואך געגאנגען היפך רצונו של אביו און אוועק גענומען די בנין פון בנות ציון וואס זיין טאטע האט איר אוועק געגעבן, אלס פאר וואס ווייל זי איז נישט אינטער טעניג אינטער אים, און זי וויל נישט ארויס ווארפן הרבנית רובין, און ווייל זו וויל נישט לאזן זיין רביצין טיילן מטבעות חנוכה, נו איז דאס א יסוד אין חסידות זיך צוצוקריגן מיט אן אייגענע שוועסטער, היפך די רצון פון טאטן.
רבי וואס גייט אין קאורט אין שרייט בראש כל חוצות "לית דין ולית דיין",
קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, גיין אין ערכאות וועגן די קעמפס אין יעצט איינזעצן א בחור על לא עול בכפו איז מותר, עבר ושנה נעשה לו כהיתר.
א רבי וואס די שו"ע שרייט אויף אז ער איז א "מסית ומדיח", דאס איז נישט מיינע ווערטער, די תוה"ק זאגט דאס,
ווי????
רב וואזנער שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אויף בלשון רוצח (ווען ער האט געשלעפט זיין שווער די לעצטע רב ז"ל קין אר"י, וואס א וואך שפעטער איז די רב ז"ל ליידער נפל על משכבו עם חליו שלא עמד ממנו עד שהחזיר נשמתו הטהורה ליוצרו).
מהיכי תיתי די רעדסט וואס די ווייסט, אדער די ווייסט וואס די רעדסט?
וויל ער פראוווען א שבת אין וויליאמסבורג, פארשיקט עם סאטמאר.
מהיכי תיתי די רעדסט וואס די ווייסט, אדער די ווייסט וואס די רעדסט?
וויל ער פראווען א שבת אין מאנטרריאל מוז עער נעבעך אנטלויפן אינמיטן נאכט וווי א גנב, ווייל טטאש האט עם מרמז געווען "ניט דא".
קודם כל בלייבט מען שבת אין ב"פ ווייל בית יעקב האט מבטל געוועהן דעם שבתון וואס זיי דארפן מאכן, און צווייטנס איך האב היינט געהערט פון א גבאי פון טאשער רבין אז דער רבי באגלייט כמעט קיינעם נישט ארויס מער ווי זיין אינערווייניגסטען טיר און ער האט נעכטען ארויס באגלייט רבינו נאך א גאנצע שטאק שטיגען ביז צום דרויסענדיגען טיר ביז די קאר איז אפגעפארן,
געווען אין ארץ ישראל איז "קיין איין איינציג רבי" עם נישט געקומען באזוכען.
קוק ווי ביסט דיך סותר אין צוויי שורות ארום ווי די שרייבסט אז מען האט געצאהלט רבי'ס צו קומען וויזיטען.
גיי אריין צום טיש צו עם, וועט די קבלת פנים זיין "א שאד ביסט נישט געקומען לעצטע וואך!, לעצטע וואך איז געווען אסאך א גרעסערע עולם", אדרבא פרוביר עס אויס.
א שאד צו ענטפערן אויף דעם
פרעגטס די ארץ ישראל'דיגע רביס וויפיל מען האט זיי געצאלט, צו קומען וויזיטען רמ"ד,
זענען זיי געקומען וויזיטען אדער נישט??
פרעגטס כל העולם כולו, וויפיל זיי מאכן פון עם פאר די פראנט קאווערס (א פלא אז ווען באבוב האט א פראנט קאווער האבן זיי די פראנט קאווער די וואך נאכדעם), פרעגטס די רביס וואס מאכן שמחות וויפיל פון זיי האבן עם געלאדענט.
אדרבה איך האב געהערט פון בעה"ב פון כל העולם כולו אז י"ב אדר זענען אנשי 48 געקומען צו אים אין געמאכט א קאנטראקט אויף 12 חדשים נישט צו דערמאנען אויף רבינו קיין ווארט באבוב, פארן ביליגע פרייז פון 5000 דולר א חודש בסך הכל 60,000 דולר א יאר, וואס איז געשעהן דער בעה"ב איז געוועהן אין אמעריקא ל"ג בעומר און געזעהן א גרעסערן עולם און 45 ווי און 48 האט ער זיך פארבינדען מיט די עסקנים פון 45 און געזאגט, איך הייב אן צו שרייבן וועגן ענק אבער איך קען נישט שרייהן אויף ענק באבוב ווייל זיי האבן מיר אויסגעקויפט, און דערפאר יעדעס מאל נאך ער דעקט נייעס פון 48 דעקט ער א וואך שפעטער נייעס פון 45, וואס איז גראדע יא אינטערסאנט אז סיי אין כל העולם וכן די בלאט און די איד יעדער מאל מאל ווען איינער מאכט א שמחה למשל פאפא רחמסטריווקא קראלי לימינוב הכנסת ס"ת חוסט ועוד הרבה דוגמאות מיינע הענט טוען מיר שוין וויי, זעהט מען איין רבי ביי די אלע זאכן ווער רב"צ מ48, איז דאס אפשר א געצאלטע זאך אדער נישט?
אויב דאס הייטס הצלחה וואונטש איך עם כפל כפליים.
אמן ואמן !!!!!!!!!!!
 |
|
|