בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אויפדעקונג: ציונים מאכן ברוקלינער ערובין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/12/2005 02:50 לינק ישיר 
אויפדעקונג: ציונים מאכן ברוקלינער ערובין


אכן נודע הדבר !!!

שטילערהייט האבן זיך צוזאמגענומען פילע עסקנים חשובים און האבן מיט שווערע כוחות אויפגעבויט א כשר'ן עירוב אין די היימישע געגנטער.

איך גיי נישט איבערקייען די אלע אלטע סחורה, אבער ווי באקאנט האט דאס ארויסגענומען פון די כלים די סאטמארע חסידים וואס האבן אן קיין פשרות נישט אויפגעהערט מוחה צו זיין און אפצוהאלטן די מאסן פון מחלל זיין דעם שבת מיט דעם עירוב.

איי, פרעג מיר וואס איז שלעכט מיט דעם עירוב? פעלט דען אמת'ע גדולי ישראל וואס האבן דאס געשטיצט מיט אלעס מעגליך? איז דען דער עירוב מיט איין טראפ ווייניגער ווי די פולע עירובין וואס זענען געווען אין דער אלטער היים?

קיינער וועט אויף דעם נישט האבן א נארמאלער ענטפער.

דא וועל איך באדאנקן פאר א חבר מיינער וואס האט מיר מיט א שטיק צייט צוריק געגעבן א נומער (איינע פון די 990 נומערן) און מיר געזאגט אז דאס איז סחורה.

קיין צייט צו די נומערן האב איך נישט, אבער עפעס האט מען פון אויבן צוגעפירט איך זאל געבן א קוק וואס דאס איז.

איך בין ערשטוינג געווארן פון וואס דא רעדט זיך, איך וואלט קיינמאל נישט געחלומט וואס זענען די אמתע און אומריינע מאטיוון פון דעם עירוב וואס איז אויפגעשטעלט געווארן כאטש די ווייטאג פון 100 פראצענט תושבי ברוקלין...

נישט מער, נישט ווייניגער אז דאס איז די ארבעט פון די ציונים ימ"ש!!!

איך האב נישט די צייט יעצט ארויפצוטייפן אלע הייליגע לשונות של גנאי וואס ער נוצט אויף די ערליכע רבנים, אבער דא איז דער נאמבער און זייט אייך אליינס מחי' מיט די דיבורים נוראים וואס קומען ארויס פון דעם לב כואב...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2005 16:03 לינק ישיר 

אויסער די פרבלעם מיט מ. טרפה האט הרב ר' שמעון שוואב וואס איעדר איינער ווייסט אז וואס ער האט געשריבען אין הפרדס האט עם די רבי געהייסען שרייבן שרייבט אזוי "רואה אני חובה בעצמי לחוות דעתי " ...אין ער שרייבט דבעת ובעונה הזאת וואס די קלי הדעת גברו למעלה וכו' אין די עולם וועט טראגן מוקצה אין די וואבער די פאקעט-בוקס, וויל ער נישט מע'זאל מאכן דעם עירב.

הגם ער פירט אויס "אבל כשיכשיר דרא אז כל אחד ישמח להשתתף לתקן עירובין ע"פ הלכה וע"פ הסברה"

אין אויב די רבי האט דאס געהייסען שרייבן האבן מיר א קלארע צוואה צו מאכן א עירוב ע"פ הלכה וע"פ הסברה, אבער אידער איינער ווייסט אז די אלע חששות זענען נאך האנט אסך מער אין אסך אסך ערגער ווי אמאל און מנהעטען.


תוקן על ידי - findodort - 13/12/2005 16:07:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 20:18 לינק ישיר 

זארג דיך נישט טרעקטאר, גאט איז א גוטער.

יעצט איז דען יא דא ציונים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 19:23 לינק ישיר 

רש"י, בראשית ל: כ"ג
כל זמן שאין לאשה בן אין לה במי לתלות
סרחונה, משיש לה בן תולה בו: עכ"ל

שטעלט אייך פאר אויב וואלט נישט געווען
קיין ציונים אויף די וועלט, אויף וועמען
וואלטין מיר ארויפגעלייגט די שולד פון
אונזערע חטאים?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 18:45 לינק ישיר 

ליכטיג טייערער

ביזט כשר גערעכט דער רזי"ע האט געהאט א פראבלעם מיטן עירוב וועגן די ציונים וגרוריהם

ברוך מתיר הספקות!

סאיז מיר אייביג שווער געוועהן מה ענין רשות הרבים פון בעדפארד עוועניו אצל ציונות?

אבער נאכדעהם ווי דו האסט דערמאנט רמ"מ כשר ז"ל, איז שוין אלעס פארענטפערט

ער זי"ע פלעגט דאך נוצען זיין תורה שלימה, ער האט עס אבער נישט געוואלט האלטן אין שטוב, האט ער עס געבארגט פון ר פישעלע הערשקאוויטש שליט"א, זיין שכן אויף בעדפארד עוו.

אבער אום שבת ווען סגעגאנגן א רבים האט ער נישט געוואלט מזאל זעהן ווי מטראגט איהם דאס ספר ברבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 18:18 לינק ישיר 

בן מלך

דו ביזט אויסגעהאלטן

אביטער רחמנות אויף די סאטמערער נרדפים מלאשט זיי נעבעך נישט רודפן קיין אידען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 07:32 לינק ישיר 

to all peaple that screem in the street and try to be mechanech other peaple first be mechanech your own children that klal yisroel lookes on ther bihaivior with
עקעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 02:33 לינק ישיר 

וואס מיינט איר?
ווי וואלט געווען ווען די רבי זאגט ווען בפריש אז מע זאל נישט מאכן א עירוב אין ווילי, וואלטן ווען די ציונים געהאט די חוצפה יא צי מאכן - איך מאך מעך אן עירוב, איך פאף אראן. -

תוקן על ידי - findodort - 12/12/2005 2:42:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 20:12 לינק ישיר 




תוקן על ידי - findodort - 11/12/2005 20:19:32



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 19:57 לינק ישיר 

למעשה איז דא עפעס אין דעס אז עס האט שייכות מיט די ציונים.

למעשה איז דאך שווער צו פארשטיין פארוואס סאטמארער רב זי"ע האט נישט געגעבן קיין היתר אויפן עירוב אין נו יארק יארען צוריק {אמת ער האט נישט געגעבן קיין איסור} בשעת ר' מיכאל בער אין ר' יונתן שטייף יא?

עס איז דאך קלאר אז ער איז נישט געווען קעגען א עירוב בשעת זיינע זיידעס האבען אזוי שטארק געוואלט א עירוב אין סיגוט.

דער איינציגער הסבר איז ווייל אונטער יענער עירוב איז געשטאנען ר' מענדל קאשער, וואס איז געווען נוטה צו ציונות האט ער נישט געוואלט אז זיי זאלען זיך משתלט זיין אויפן נו יארקער עירוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 19:13 לינק ישיר 

איך האב הנאה פון די תגובות, דאס ווייזט, אז טעראר פירט נישט אויס!
נאך עטליכע יאר פון סטראשענען שלאגן און באשרייען און בשעלטן מיט טויט מיאוסע קללות די שרייערס, גייט נאך דער קאמף ווייטער אן.
דאס איז א קידוש ה'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2005 18:41 לינק ישיר 

איך בין ערשטוינג געווארן פון וואס דא רעדט זיך, איך וואלט קיינמאל נישט געחלומט וואס זענען די אמתע און אומריינע מאטיוון פון דעם עירוב וואס איז אויפגעשטעלט געווארן כאטש די ווייטאג פון 100 פראצענט תושבי ברוקלין...

נישט מער, נישט ווייניגער אז דאס איז די ארבעט פון די ציונים ימ"ש!!!


דיפלמאט: איך וייס נישט פארוואס די ביזט אזוי ערשטוינט , א יעדע רעכט דענקעדיגע סאטמערער האלט אזוי צי ער זאגט אזוי צי ער זאגט למשל אז די רבי האט געהלטען אז סע איז רה"ר מן התורה.

הרב מנשה פילף האט גערעד ה' אייר האט ער געזאגט די זעלבע זאך.
ער האט זיך באצויגען צו דע 2 פראצענט (פארוואס מיז איך זיי אייביג זען ווען איך גיי אויף דער גאס? ) וואס טראגען אפישעלי אין אן אפישעלי און געזאגט אז זיי טראגן קלאר נאר צי שטארקען די ציונים .

יא יא ס'נעמט קאריטש דאס צי זאגן אבער איינער מיז דאך זאגן די אמת.

אין מיט דעם וואס נאר די ציונים טראגען דאס אליין געט זיי די גרעסטע חיזק.

אז
כאטש כאטש כאטש מע שרייט און מע שעלט אין מע קלעבעט, אין וואס נישט, אין זיי זענען נאר זייער זייער, זייער-זייער-זייער א קליין פראצענט,
דאך דאך דאך טראגן זיי מיט שטאלץ ווי דע שטאט וואלט ווען געווען זייערס.

האט מיר א קלויזענבארגער געזאגט: ווען ענק וועלן אנפאנגען טראגן וועל איך סטאפען
דאס איז ריכטיגע דיפייענס

אויך האבן זיי ליב צי חזרן וואס מיר האבן אנפאנאג געזאגט " א עירוב אין שטאט וועט נישט זאן"


ענד איפ ווי לייק איט אר נאט א עירוב איז דא!!!

מיר קענען זאגן ווייערלס אין מיר קענען זאגן זכי הפת, אבער אין די בעק אף די מיינד ווייסט א יעדע נארמאלער אז די חברה זענען אפשר ציונים אבער נישט ממש גוים. אין דאס איז געשטיצט דארך זייערע דיינים וואס האבן געמאכט אפילס פארן עירוב.

תוקן על ידי - findodort - 11/12/2005 18:48:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 09:16 לינק ישיר 

קוטשמע:
איך פארשטיי נישט פינקטלעך דיין שאלה, אבער עניווע, איך טי מיך נישט אויף, איך דערצייל נאר פאקטען וואס איך זע, ווען איך קים אריין אין וויליאמסבורג.

קום אריין פון די אנדערע זייט אין וויליאמסבורג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 09:08 לינק ישיר 

מיט דעם אז די פרויען ציטערן דאס קען זיין אבער דאס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ:
גווען איז דאס טאקע פון די ערשטע וואכן ווען מען האט געמאכט דעם עירוב זענען פול מיט קינדער בחורים, און יונגעלייט געשטאנען אויף ליע עוועניו צווישן קיעפ אין ראדני אין געשריגן אויף יעדן טראגער, איז דארט געווען א פרוי וואס האט געהאלטן אין איין ארויף גיין ליע און אראפ גיין, מיט א ליידיגן קעריזש, די קולות זענען געועהן אויף די העכסטע טענער אין די פרוי האט זיך נישט דערשראקן, מען האט דאן געשמיסט אז די פרוי באקומט געלט פונעם וועד העירוב.
א קיצור דאס איז איינצעלע, אבער רוב מענער אין פרויען האבן מורא צו ווערן באשריגען פונעם חברה שרייערס אינמיטן ליע אדער בעדפארד...


אין דאס האט מען אויף דערוויל אויפגעטון.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2005 09:00 לינק ישיר 

מ' שלאגט זיך אהער און אהין. איין זאך איז הכל מודים אז די שרייער האבן אסאך אויפגעטון, נישט ווייל איך טראג יא אדער נישט, נאר ווען איינער גייט שבת ביינאכט אויף ליע עוו. זעהט מען כמעט נישט קיין טראגערס, אין אויב יא א טראגער איז עס א קלויזענבוירגער וואס זיין אידענע וואס שטייט נעבן איהם ציטערט פאר שרעק אויב איינער וועט זיך עפענען דאס מויל, בקיצור עס איז נישט אזוי ווי איך האב מיר געראכטן, איך האב נישט געגלייבט אז די סאטמערע זענען נאך אלץ בעלי בתים אין ווילי....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 08:04 לינק ישיר 

אין וועגען וואס מענטשען טראגען באהאלטען אין טאש, דאס איז שוין אן אנדערע דיסקאשען, אינז שמיעס מיר דא נאר צי דאס שרייען האט אויף געטיען אויף די וואס טראגען בפרהסיא.

if it is chilul shabboss how come peaple carry in thair pocket?

אז איך וואלט געטראפען א טייערען חפץ אין טאש שבת אין וויליאמסבורג, וועל איך טיען אי"ה, פינקט ווי אפאר יאר צירוק, פארען קארדלעס עירוב, אזוי די הלכה הייסט
this is a biger liy then

this

צעלים, שאפראן, דושינסקי, ................................., (איך האב נישט קיין נערווען אויס צירעכענען אלע) טראגען נישט אפישעלי, ווייטער, פאפא, וויען, אין סקווער, טראגט א גאר קליינע פראצענט אנאפישילי, אין פין קלויזענבארג, בעלז, אין וויזניץ ב"ב, טראגט אביסעל א גרעסערע פראצענט אפישילי, סוי, אז וועסט צאם רעכענען די נאמבערס פראצענטועל (אן קיין נגיעות) וויפיעל מענטשען די אלע קהילות האבען, אין וויפיעל פין זיי טראגען, וועסטי אנקימען נאנט צי מיינא נאמבערס.

תוקן על ידי - bush2008 - 11/12/2005 8:08:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אויפדעקונג: ציונים מאכן ברוקלינער ערובין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext