א אינטערערסאנטע מעשה האב איך געהערט וואס איז פארלאפן אין ארץ ישראל.
א איד שטייט צווישן פיל אנדערע אין ווארט-זאל פון שפיטאל ווי מ'גייט צו געבוירן קינדער.
קומט ארויס דער דאקטאר און זאגט פאר איינעם: מזל טוב! דו האסט געהאט צווילינג. פיין זאגט ער, איך וואוין אין "כפר שתים", קומט מיר א צווילינג.
דערנאך קומט דער דאקטאר ארויס און זאגט פאר א צווייטן: מזל טוב, דו האסט געהאט א פירלינג. זאגט ער, זייער גוט, איך וואוין דאך אין "קרית ארבע" - איז עס א פירלינג.
נאך עטליכע מינוט קומט ארויס דער דאקטאר מיט נאך א גרעסערן סורפרייז, און זאגט פאר א דריטן דו האסט געהאט א זעקסלינג. אה! גיט ער א זאג, איך וואוין אויף "כביש שש".
דערנאך קומט דער דאקטאר ארויס מיט א בהלה, און שרייט אויס צו איינעם מזל טוב אכט מאל! דו האסט געהאט א אכטלינג. יענער גיט א קוויטש, גיוואלד! איך וואוין דאך אין "קרית שמונה".
וויבאלד דער דאטקאר ענדיגט מיט זיין מזל טוב, הערט מען פון א זייט ווי עס שטייט א ירושלימער איד, ווארטנדיג צווישן אלע אויף "זיין" מזל טוב, און ער הייבט אן שרייען מיט היסטערישע קולות, און מ'קען אים נישט בארואיגן. ביז מ'האט אים ענדליך געמאכט רעדן, צו וואס שרייסטו מיט אזעלכע באנומענע קולות?
גיט ער א שריי ארויס: געוואלד, איך וואוין דאך אין "מאה... שערים"...
 |
|
|