די זלוינים וועלן זאגן העכערע כוחות און די ארוינין זאגן דער ס"מ האט דאס אפגעטון ווייל ער האט נישט געקענט צוזען ווי ר' אהרן שטעלט זיך ארויס אנטקעגן די מדינה און אויך אנטקעגן אלע פירצי הדור...
אבער אלנפאלס איז דאס נישט געשען דורך דרך הטבע. ווייל זומער תשנ"ח איז ר' אהרן געווען אזוי הויך אז זיין ברודער איז ניטאמאל געוען אין דער מחשבה.
היינט 7-8 יאר שפעטער: ר' אהרן זיצט אין אין אלערליי געריכטן "צוריק" צו באקומען "אלעס". און ווי עס זעט אויס וועט דאס שוין נישט געשען.
ווער וואלט געקענט גלייבן אז ר' אהרן וועט פארון קיין לאנדאן וועלן הונט אין פארטרייבן פון א סאטמארן ביהמ"ד?
ווער וואלט געקענט גלייבן אז ר' אהרן וועט נישט קענען אריינקומען אין "גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג?
די אנדערע זייט פון דער מטבע: ווער וואלט געקענט גלייבן וויאזוי דער רבי שליט"א וועט אויסזען אויף זיינע עלטערע יארן?
איך האב דערויף געענטפערט די פאלגנדע תגובה: אבער ווען איך האב געדרוקט שלח תגובה האט שוין דער אשכול נישט עקזיסטירט:
די אהרונים זאגן אז משה האט אלע יארן געארבעט מיט א חשבון אונטערצוברענגען ר' אהרנ'ען, און וועגן דעם האט ער אים אריינגעפירט אין די אלע בלאטעס, אבער דאס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, ווייל משה איז פאקטיש געגאנגען אין פייער פאר אים.
משה'ס נעפיו האט מיר געגעבן א בעסערן תירוץ. ווי ער זאגט מיר האט משה אנגעפאנגען צו שפירן וויאזוי די מקרובים פון ר' אהרן פרובירן אים צו באזייטיגן פון די מאכט, ווייל זיי האבן אים געהאלטן פאר א געפאר פאר די צוקונפטיגע רבי'סטעווע פון ר' אהרן. ווי יעדער געדענקט האט דער באדן אין איין שיינעם טאג אנגעפאנגען צו ברענען אונטער די פוס פון משה גבאי. מען האט אויפגעהערט צו קאאפערירן מיט אים ביים רבי'נס טישן א.א.וו. און אים אפגעטאן א רייע רדיפות. משה האט באשלאסן עד כאן, און ער האט זיך געשוואוירן נקמה.
ענד די רעסט איז היסטארי.
נשלח ב-13/12/2005 19:17
מענין לענין:
ס'איז פריער געווען אן אינטערסאנט אשכול וואס איז אראפגענומען געווארן, איך לייג עס דא אריין:
דברי הימים:וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבען
אחת_למעלה האט געשריבן:
וויאזוי האט זיך דער שפלינטער אנגעהויבן?
אין די מ"ם יארן און די אנהייב נו"ן יארן, זענען הרה"צ רשכבה"ג ר' אהרן ט"ב שליט"א מיט הרה"ח ר' משה בן פראדל ני"ו געווען גאר נאנטע פריינט. איינער האט געטאן דעם צווייטנס שמוציגע ארבעט. היינט צוטאגס זענען זיי דם שונאים. זיי זענען גרייט אלעס חרוב מאכן אבי דעם אנדערן אינטערברענגען. יעצט קומט ארויס א נאטורליכע פראגע, ווען איז דער שווארצער קאץ דורכגעלאפען צווישען זיי?
ביטע זיך האלטן צו די נושא. דאנקעשיין.
--------
פאליש האט געשריבן:
אחת למעלה: דיין אשכול האט נישט קיין שאנס צו בלייבן ביי דער נושא.