בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

.......וואס וואלט געווען אויב?..........

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/12/2005 19:00 לינק ישיר 
.......וואס וואלט געווען אויב?..........

דא וואלט איך געוואלט אפעלירן צו אינזערע גישמאקע שרייבערס
וואס פארמאגן א זאפטיגן חוש צו פאנטאזיע געמישט מיט רעאליטעט.
(לדעתי כאפט דאס אן כמעט אונז אלע)

יעדער קען זיך וועלן א נושא און בעארבעטן מיט א שכלדיגע אנאליז

למשל

אויב וואלטן אונז יודן נאך געלעבט און דער אלטער היים...

אויב סיגעטער רב וואלט אויפגענומען ר' זלמן ליכטמאן אלס גבאי...

אויב ר' יוחנן וואלט געבעטן פונעם קייסער ירושלים אנשטאט יבנה....

אויב וואלט דער רבי קלאר געזאגט זיין שטעלונג איבער ערובין....

אויב ר' אהרן מאכט זיך נישט וויסענדיג און שלינגט אראפ דעם פיל...מיטן עפעל סדר....

וכו. וכו.

מיין אנאליזן אין באשרייבונג לכשירחיב



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 19:02 לינק ישיר 

וואס וואלט געווען ווען אהרן טייטלבוים וואלט געווען א ירא שמים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2005 19:09 לינק ישיר 

נו פאליש שרייב ווייטער, שטעל זיך נישט אפ ביטע,

אויב וואלט ער געווען א ירא שמים.....

וואלט זיין טאטע אים נישט געשטעלט אויף קר"י נאר אויף וומ"ס 15 יאר שפעטער... און די הכתרה ניגון שנתחבר ע"י האי זצדיק רביה"ק געבליבן א מיסטעריע...פארשטעקט מיט די צוואה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 19:13 לינק ישיר 

באמת וואלט געווען א נחת ווען ס'בלייבט געשמאק דא


please
please

ס'האט פאטענשעל לאמיר האבן אביסל עכטע פאן אין הנאה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 19:17 לינק ישיר 

מענין לענין:

ס'איז פריער געווען אן אינטערסאנט אשכול וואס איז אראפגענומען געווארן, איך לייג עס דא אריין:

דברי הימים:וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבען

אחת_למעלה האט געשריבן:

וויאזוי האט זיך דער שפלינטער אנגעהויבן?

אין די מ"ם יארן און די אנהייב נו"ן יארן, זענען הרה"צ רשכבה"ג ר' אהרן ט"ב שליט"א מיט הרה"ח ר' משה בן פראדל ני"ו געווען גאר נאנטע פריינט. איינער האט געטאן דעם צווייטנס שמוציגע ארבעט. היינט צוטאגס זענען זיי דם שונאים. זיי זענען גרייט אלעס חרוב מאכן אבי דעם אנדערן אינטערברענגען. יעצט קומט ארויס א נאטורליכע פראגע, ווען איז דער שווארצער קאץ דורכגעלאפען צווישען זיי?

ביטע זיך האלטן צו די נושא. דאנקעשיין.

--------

פאליש האט געשריבן:

אחת למעלה: דיין אשכול האט נישט קיין שאנס צו בלייבן ביי דער נושא.

זייער ווייניג מענטשן וועלן ארויסקומען וואס זיי וויסן וואס האט זיך אפגעטון אונטער די קוליסן. ווייל פשוט: ווייניג מענטשן זענען באקאנט מיט אלע פאקטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 19:19 לינק ישיר 

איך האב דערויף געענטפערט די פאלגנדע תגובה: אבער ווען איך האב געדרוקט שלח תגובה האט שוין דער אשכול נישט עקזיסטירט:

די אהרונים זאגן אז משה האט אלע יארן געארבעט מיט א חשבון אונטערצוברענגען ר' אהרנ'ען, און וועגן דעם האט ער אים אריינגעפירט אין די אלע בלאטעס, אבער דאס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, ווייל משה איז פאקטיש געגאנגען אין פייער פאר אים.

משה'ס נעפיו האט מיר געגעבן א בעסערן תירוץ. ווי ער זאגט מיר האט משה אנגעפאנגען צו שפירן וויאזוי די מקרובים פון ר' אהרן פרובירן אים צו באזייטיגן פון די מאכט, ווייל זיי האבן אים געהאלטן פאר א געפאר פאר די צוקונפטיגע רבי'סטעווע פון ר' אהרן. ווי יעדער געדענקט האט דער באדן אין איין שיינעם טאג אנגעפאנגען צו ברענען אונטער די פוס פון משה גבאי. מען האט אויפגעהערט צו קאאפערירן מיט אים ביים רבי'נס טישן א.א.וו. און אים אפגעטאן א רייע רדיפות. משה האט באשלאסן עד כאן, און ער האט זיך געשוואוירן נקמה.

ענד די רעסט איז היסטארי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 19:21 לינק ישיר 

אויב וואלטן מיר אלע געשטאנען און געלאזט מתתי' דייטש און משה בן... זיך אויספייטן אויף ליע עוו.

אדער ר' אהרן אין ר' זלמן

וואס וואלט איר געוואלט?

מ' זאל אריינלייגן די פארל און א רינג אינמיטן ראדני מיט ברענטשעס?

אדער מאכן א תורהדיגער וויכוח?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 19:22 לינק ישיר 

אפשר קען איך מאכען א פשרה?

די משנה רעכענט אויס שלשה כתרים
כתר תורה!
כתר כהונה!
כתר מלכות!
די משנה לאזט אויס: "וכתר שם טוב עולה על גביהם"

דער רבי שליט"א האט "ארבעה בנים" איז דאך דא א כתר פאר אלע!
זאל דער עולם זאגין וועליכער כתר זאל גיין פאר וועליכען זוהן, און: "שלום על ישראל"!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2005 19:30 לינק ישיר 

די זאך וויאזוי מ'וויל עס דרייען האט נישט געקענט געשען דורך פשוט'ע כוחות.

די זלוינים וועלן זאגן העכערע כוחות און די ארוינין זאגן דער ס"מ האט דאס אפגעטון ווייל ער האט נישט געקענט צוזען ווי ר' אהרן שטעלט זיך ארויס אנטקעגן די מדינה און אויך אנטקעגן אלע פירצי הדור...

אבער אלנפאלס איז דאס נישט געשען דורך דרך הטבע. ווייל זומער תשנ"ח איז ר' אהרן געווען אזוי הויך אז זיין ברודער איז ניטאמאל געוען אין דער מחשבה.

היינט 7-8 יאר שפעטער: ר' אהרן זיצט אין אין אלערליי געריכטן "צוריק" צו באקומען "אלעס". און ווי עס זעט אויס וועט דאס שוין נישט געשען.

ווער וואלט געקענט גלייבן אז ר' אהרן וועט פארון קיין לאנדאן וועלן הונט אין פארטרייבן פון א סאטמארן ביהמ"ד?

ווער וואלט געקענט גלייבן אז ר' אהרן וועט נישט קענען אריינקומען אין "גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג?

די אנדערע זייט פון דער מטבע: ווער וואלט געקענט גלייבן וויאזוי דער רבי שליט"א וועט אויסזען אויף זיינע עלטערע יארן?

אבער ווי געזאגט: קיינער האט דאס נישט געקענט פאראויסזען און דאס איז נישט בדרך הטבע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > .......וואס וואלט געווען אויב?..........
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext