| נשלח ב-15/12/2005 21:03 |
|
| |
דיפלאמאט - א נייע מנהל
איך זע אז מען האט מוסיף געווען דיפלאמאט'ס נאמען די צי רשימה פון מנהלים.
לך בכוח זה והושע את ישראל!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 18:44 |
|
| |
א לויער האט מיר אמאל געזאגט - ווייסטו וואס מיינט א דיפלאמאט?
איינער וואס קען אסאך ליגענט זאגען, און נישט ווערן רויט..
ר' דיפלאמאט, איך מיין זיכער נישט דיך פערזענליך..
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 05:38 |
|
| |
דיפלאמאט איז א דיפלאמאטישע פיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 21:25 |
|
| |
מזל טוב!
פליז ווער נישט צו דיפלאמאט(יש)
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 20:23 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 19:56 |
|
| |
א געלונגענע זאך!
גענומען א "דיפלאמאט" אלס מנהל!
איך בין גראדע מחולק מיט די גולשים דא וואס האלטן אז נאר א סאטמארער קען זיין א מנהל.
אדרבה, איך האלט אז איינער וואס איז נישט פארמישט אין די סאטמארער ענינים, קען זיין מער יושר'דיג ביים באשליסן צי א תגובה איז אויסגעהאלטן צי נישט, און נישט האבן קיין אייגענע נגיעות!
דיפלאמאט: איך וואונשט דיר א סאך הצלחה אין דיין נייע אויפגאבע, און כ'האף אז דו וועסט נישט האבן קיין שווערע ארבעט דא...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 19:51 |
|
| |
דיפלאמאט איז א גוטע אויסוואל.
ער וועט זיכער ממשיך זיין און די וועגען פון אונזער באליבטער JEWBOY אין פירען דעם פורום ריין מיט יושר.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 05:19 |
|
| |
ברוך הבא ערעב דיפלאמאט, סתם אזוי און יעצט אלס מנהל משנה.
נאך א ביסל און דו ביסט שוין באלד ביי מיין שטאפן אלס משנה למלך... כאפ נישט, בהדרגה.
מיר האפן אז דו וועסט בלייבן דיפלאמאטיש און נישט סתם עפעס א דיפלאמאט.
גלייכצייטיג ווארטן מיר אויף דיר דארטן אין קרעטשמע,
לאז אונז נישט איבער כצאן בלי רועה
זאל דער אייבערשטער העלפן... מממ... מאממאמאמ...מאמאמאמ בלא בבלא בלא בבלא באל לבלא לבאל בללבלא בלא בלא בלא ...
אמן....
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 05:05 |
|
| |
יישר כוחכם פאר די ווארעמע אויפנאמע.
עס איז צום האפן אז איך וועל ארויסהעלפן פירן דעם פורום אויף די ריכטיגע רעלסן להנאתכם.
לכתחילה האב איך געוואלט אזא אשכול זאל האבן געווען איידער מיין נאמען איז ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך, איך האב נישט געוואלט אננעמען אזא וויכטיגע אמט אן אנפרעגן אויב איך בין מרוצה לקהל.
זעט אויס אז איך האב אמאל געדארפט שפירן דאס וואס די רביים פילן ווען מען "צווינגט" זיי אנצונעמען דאס רבנות פאסטן, און ערשט דערנאך זעט מען אויב עס איז דא א עולם וואס וועט צו זיי צושטיין...
אזוי צו אזוי, ווייזט זיך ארויס אז רוב איז אויף מיין זייט...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 02:00 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב!
חסדי ה' כי לא תמנו, דער רבוש"ע פארלאזט נישט זיינע דזשיד'ן.
ב"ה א ניק מיט א אמת'ע שכל הישר, און א גוטע פארשטענדעניש אין הומור.
עלה והצלח.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 00:52 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב
זאלסט מצליח זיין, אז אין דיינע טעג, זאל קיין שום שלעכטע ווארט נישט ארויסקומען פון קיינעם'ס קיבארד!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 00:34 |
|
| |
א גוטע אויסוועל!!!!!
אפילו איך בין נישט מסכים צו אלע זיינע דעות, אבער עס איז קלאר אז ער אוז קרוץ מחומר פון א גוטע מנהל.
א רואיגער מענטש מיט א שכל הישר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 23:24 |
|
| |
פאר דיר - מיין פריינט דיפלאמאט - טוה איך אלעס, אפילו אריינקומען דא מיט מיין אלטע אויסגעדראשענע אויסגעוועפטע ניק.
מזל טוב, מזל טוב, סאך אידיש נחת...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 23:19 |
|
| |
מז"ט נייער מנהל. דער אויבערשטער זאל דיר העלפן אין אלעם וואס דו ווילסט.
איין קליינע טובה, מיינע תגובות, מעק נישט...
דיין קנעכט וועלכער איז נכנע אונטער דיינע עפר רגלים הטהורים, פויליש...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 23:17 |
|
| |
מזל טוב דיפלאמאט!!!
ווען קומט פאר די ערשטע גענעראל פארזאמלונג פון אלע מנהלים פון היימישע פורומים? איך קען שוין קוים ווארטן דיר צו טרעפן...
|
|
|
|
|