א איד פרעגט מיך נעכטן, אפשר זאגסטו מיר, אין וועלכע גראסערי קען מען קויפען ביליג חזיר פלייש?
איך קוק אים אן מיט צוויי אפענע אויגן ווי איינער וואס איז נעבעך געטאטשט אביסל, א חסידישע איד מיט שמונה בגדים און זוכט צו קויפען חזיר...
ער לאזט מיך נישט לאנג טראכטען, ער געבט מיר צו פארשטיין, ער איז אין די לעצטע טעג ארום געגאנגען אין אסאך אידישע גראסעריס און סופערמארקעטס אין מערערע שטעט, און ער זעעט אז שוין איבער א וואך נאך א גרויסע קול קורא פון רבנים פון אלע קרייזן חסידישע אשכנזישע און ליטווישע, אז אלע ראומעין לעטוס איז ווערעמיג, און ער זעעט נאך פיל דעפון אין די שעלווס און פריזשערעיטארס פון די סטארס.
]אפילו א בעל מכשיר אליין האט אראפגענומען זיין השגחה פון אלע מינים ראמעין, און דער בעל מכשיל אליינס געבט ווייטער א זיין השגחה אויף גיוויסע ראמעין הארטס. כאילו ער געדענקט נישט אז נעכטן האט ער אונטערגעשריבן אז סאיז נישט מעגליך צו געבן אויף דעם א הכשר[
און דאס ווערט געהעריג פארקויפט אין אסאך כשרע סטארס.
אויך איז דער בעל הבית וואס פארשפרייט און פראדעצירט די אלע ווערעמיגע סחורה ארויסגעקומען מיט א נייע קאמפאני ראמעין סעלעדס במזיד מכשיל צו זיין אידן, און ער האט געטראפען עפעס א השגחה אזוי ווייט ווי סט. לואיס מיזורי, (וואס זיי האבן שוין אויך אראפגענומען די השגחה- אבער ביי אונז פארקויפט זיך עס געהעריג ווייטער מיט זייער חותם)
דערציילט ער, איך בין צוגעגאנגען צו די סטאר מענידשערס און בעלי בתים און פארגעהאלטן אויף דעם מכשיל זיין דעם רבים, האבן זיי געענטפערט, דאס איז די דאגה פון דעם קאסטומער...
און אפשר טריפה טשיקן, דאס איז סאך ביליגער ווי די כשרע, און זאל זיך דער קאסטומער קראצן..
האבן זיי פון מיר אפגעלאכט אויפן קול, און מיך אנגעקוקט ווי א שוטה און םפאנאטיק וואס פארשטייט נישט צו ביזנעס.
גיי איך יעצט ארום אין די גאסן פרעגן יעדן איינעם פארוואס חזיר איז ערגער ווי צענדליגער און הונדערטער ווערים אין יעדע איינציגע פעקל פון די ראמעין?
וואס האב איך אים געענטפערט?
איך האב אים געגעבן גערעכט! ליידער.
נשלח ב-21/12/2005 23:28
ער איז נאך פעסט אין ביזנעס,
ער האט אבער שוין ווייניגער פין די ווערעמדיגע זאכן
נשלח ב-21/12/2005 20:24
ווי איך הער היצטערט פון א געשעפט מאן אז דער קאמפעני פרעש עקספרעס גייט ארויס פון ביזנעס.
צו אים איז די וואך שוין נישט געקומען דער סעילסמען
נשלח ב-20/12/2005 23:23
דער פראבלעם גייט ווייטער אן, כאטשיג ס'האט געכאפט א גוטן היק אפ, ס'האט גוט אראפ געסלאוט די פארקויפאכץ פון די ווערעמיגע לעטעס, זייער אסאך האבן אויפגעהערט דאס צו נוצן.
אבער דאך, פלענטי סטארס האבן נאך פון די אלט נייע סחורה, ווי למשל ענדי בוי וואס פארקויפט זיך געהעריג ווייטער מיט א גלאטן תמ'ישן פנים כאילו לא היה.
ווען מ'קאלט די בעל מכשיר זאגט ער ס'שטייט דאך אויפן לעיבל אז מ'דארף עס גוט אפוואשען.. דאס אז וואשען העלפט אויך נישט איז אחוץ א מעשה, אבער די הפקירות הערשט שרעקלעך אין די זאכן.
און דער שטרויזאק דער בעל בית פון די ווערעם קאמפעני, ווארפט ארום צווישן איין בעל מכשיר צום צווייטן, פון נ.י. צו סט. לואיס, א.א.וו.
עס איז באמת דא אריינגערוקט אפאר בעלי מכשירים צווישען די סטעדש רבנים ממילא פארשטיי איך אז עס איז ריכטיג.
אבער זייער נעמען שטעקן זיך קוים ארויס, רוב זענען קול קורא בנים וואס אסר'ן דינע שטרימפ אין אזוי נעמט עס אונזער המון עם אן.
נשלח ב-18/12/2005 20:52
נישט אלע נקודות זענען גערעכט, למשל, די חתימות אויף די קול קורא זענען רובם יא בעלי מכשירים, ווי למשל הרב בעלסקי, הרב גיסינגער, הרב וויינבערגער, ועוד, ועוד.
די צווייטע זאך, פארוואס ווען ס'קומט ארויס א נייע פראדוקט מיט א נייע השגחה, קויפט מען עס אין גרויסען, מ'ווייסט דאך ניט אפילו ווער דער בעל מכשיר איז, און צו ס'איז בכלל דא אזא נאמען אין טעלעפאן בוק,
ווען ס'קומט ארויס א קול קורא פרעגט מען ווער זענען שוין די רבנים וואס שרייבן אונטער, אבער ביי השגחות ווען ס'קומט צום עסן, דעמאלט גלייבט מען יעדעם און דעמאלט איז יעדער גוט, און דעמאלט איז מען יעדעם דן לכף זכות
נשלח ב-16/12/2005 23:12
אנאליזירער
on your question בוש,
ווי איז דאס "ביי אונז"?
You can't ''analyze'' it yourselve?
נשלח ב-16/12/2005 22:27
פונ-דא-דארט,
דו ביסט אפשר
ONE TRACK MINDED ?
דו טראכסט טאקע אגאנצען טאג נאר פין עירוב? פין וואס מרעדט קימסטו אלעמאל אן צוריק צים עירוב, קאממאן,
מרעדט דא פין ווערים אין לעטעס, נישט וועגן עירוב אין נישט וועגן סאטמאר, וועגן עירוב שרייב פליז אין די עירובדיגע אשכולות
יישר כח
נשלח ב-16/12/2005 21:40
אפשר טאקע כאפסטו די מצוה, וועסט האבן א זכות הרבים, נישט פארדעם איז די רבי געקימען קאן אמעריקע.!!!
עס איז א ארויסגעקומען א איסור אויף די סאלאט'ן פון כל מיני רבנים, רובה דרובה פון זיי זענען נישט קיין בעלי מכשירים, נאר די סארט רבנים וואס מען זעט אויף יעדער צעטל, אין אויף יעדען אבן הפינה.
איינער וואס ליינט דער צעטל נעמט עס נישט אן צו ערנסט נאר ווי פאליטיק, מצד שני א פלעטבושער איד וואס קען נישט די רבנים נעמט עס אן ווי זיי זענען בעלי מכשירים.
אידן אזא סארט צעטל באלאנגט צו מומחים אין נישט צו סתם רבנים.
נשלח ב-16/12/2005 20:25
פונ-דא-דארט,
אפשר טאקע כאפסטו די מצוה, וועסט האבן א זכות הרבים,
די זאכן זענען ווי א מת מצוה שאין לה דורשין
נשלח ב-16/12/2005 20:20
אין וואס טוט זיך מיט די רעסטעראנטן אין ווילי און אין ב"פ וואס האבן אן השגחה. אין מען פארקויפט דארט ווערם אין גרויסן.
ווער עס איז מוחה זאג איך צי גיטע קינדער!!
נשלח ב-16/12/2005 20:17
אסאך מענטשן ווייסן נשיט ציפיל בפרט די עקרת הבית די פרוי, מזעט א כשר סערטיפיקעישאן, איז מען ציפרידן,