מארגן קומט פאר די גרויסע מסיבה אין יאנג איזראעל לכבודו פון ר' דניאל ביטון.
דערווייל האב איך נישט געהערט איבער דעם איד. איך קען דעם נאמען נאר ווייל ער ערשיינט אין יעדן באנד פון די וואונדערבארע המאור חומשים.
אבער וואס מיר האט געמאכט שרייבן די שורות איז אז דארט גייט אויפטרעטן הרהגה"צ ר י. מנשה סופר שליט"א. דער שרייבער וואס האקט אויף די מדינה הציונות וואך איין וואך אויס, און מאכט פון זיי עפר ואשפה, און טרייבט פון זיי לצנות אן א שיעור, אינטערעסאנט אז די מדינה קען נאך אנגיין נאך אזעלכע שארפע ארטיקלען.
דעריבער, ווער עס וויל האבן די זכי' צו זען דעם בארימטען שרייבער אין "די צייטונג" און הערן פון זיין הייליג מויל דאס וואס ווערט אזוי ברייט צולייגט מיט אזא שארפקייט אינעם פאפיר, זאל זיך נישט פוילן און ערשיינען בהדרו אין יאנג איזראעל.
נשלח ב-18/12/2005 22:17
באטשי
עס איז נישט לאנג צוריק געוועהן א ריזיקע ארטיקעל אין 'הארץ' איבער דניאל ביטון
לויט דעם כתבה איז ער א קידוש השם איך בין נתפעל פון איהם איך האב דעם שבת געליינט א ספר אויף חנוכה וואס ער האט געדרוקט וואס איז פוהל מיט קנאות און שיטת סאטמאר ..
אויף חנוכה איז דער יאהר דא צוויי ספרים מאתו
SO WHAT מיך ארט עס נישט כל הכבוד לו
ביי ביגעלאייזען קען מען זעהן פון איהם 10ליגער ספרים ער איז אן איש הפלא און אן עושר אדיר!
_____________
עס איז דא נאך א גאון ספרדי (לע"ד איז ער גאון הגאונים) ער הייסט ר' יעקב חיים סופר שליט"א און ער איז אויך א סאטמאר חסיד וקנאי פון איהם איז דא א שלל מאמרים וספרים וואס זענען פלאי פלאים, לדעתי קען ער זיך גאנץ גוט פארמעסטן מיט הג' ר' עובדי' יוסף
נשלח ב-18/12/2005 22:13
אנאליזירער
איך וועל מיך איינשטעלען. ווען דו קענסט עם א ביסעל בעסער וואלסט דו נישט אזוי גערעדט.
נשלח ב-18/12/2005 22:09
WASSA
וואטש יור לענגווידזש
ער איז א ת"ח ,יר"ש, און בעל מסי"נ
ובעיקר,
"ער מיינט וואס ער טוט מיטן גאנצע אמת"
וזה הכל!
איך אויף דיין פלאץ וואלט אראפגענומען די תגובה אין אים
מפייס געווען.
דהמבזה ת"ח, אין לו רפואה למכתו
כדכתיב עד עלות חמת ה' עד לאין מרפא
נשלח ב-18/12/2005 22:08
ליסטע פון בעלי מסירות נפש.
ר' דניאל ביטון,
ר' אלטר משה גאלדבערגער
ר ישראל דוד ווייס,
ר' משה בער בעק,
ר' אברהם גראמאן פון לאנדאן,
לייג צו ווער נאך.
נשלח ב-18/12/2005 21:56
כשריקע
יא, ער איז צעדרודעלט. ער האט זיך צושלאגען מיט ר' משה בער בעק, ער האט זיך צושלאגען מיט ר' ישאל מאיר וויינטרויב, ער האט זיך צושלאגען מיט תורה ויראה אין א"י. פרענק בלייבט פרענק.
ס'לייכט אויסצושטרעקען א האלז ווען ס'ליגט גארנישט דעראויף.
אפשר א הוט האלטער.
נשלח ב-18/12/2005 21:17
וואסא דיף
ער איז צעדרודעלט?
ער איז גארנישט צעדרודעלט, דו ביסט געווארן אויף אים אביסל צעדרודעלט ווען ער איז אין תשנ"ד ארויס געקימען שארף אקעגן די טריפהנע גע'אסרטע פאבליק סקול אין מאנארא,
ער איז פין די בני עלי' שבמערבא, ער שטרעקט זיך די האלז פארן אויבערשטן, מראשי מערכות ישראל, צי ביי קברים, צי ביי חיטוטי מתים, ועוד,
נשלח ב-18/12/2005 17:24
ער דניאל ביטון וואס קומט איז נישט פון די חומשים און ער האט אויך גאנץ קנאפ צו טאהן מיט נטורי קרתא.
ער איז א זאך פאר זיך,
און גאנץ א צודרודעלטער זאך צודערצו. פרענק בלייבט פרענק..
סארי
איך האב געליינט און נישט קלאהר פארשטאנען.
אבי איך האב אבער מכווין געווהען אל העמעס, פון דיין צווייטע תגובה
נשלח ב-18/12/2005 16:22
באטשי
דאס איז געווען מיין פאריגע תגובה.
"דער דניאל ביטון וואס קומט איז נישט פון די חומשים"
ביטע ליין פאר דו רעאגירסט.
נשלח ב-18/12/2005 16:14
וואסא
לויט ווי דו האסט געשריבן האט אויס געזעהו ווי דו האסט געמיינט דעם פרענק פון המאור, אויב נישט מיינסטו איהם יעצט.
דער פון די נטורי קרתא איז דאך נעבעך א תינוק שנשבה לבין האשכנזים, ווי פארשטייט זיך די חכמי השיכנוז האבן די אויבערהאנט.
זינג נאכאמאהל ...אשרנו מה טוב חלקנו, בניגון הידוע של: ציוניסטן אגודיסטן
נשלח ב-18/12/2005 16:01
באטשי זיסער
האסט א קליין טעות. דער וואס גיט ארויס די חומשים איז אן אנדערע צעדרודעלטער פרענק, וואס קומט נישט.