בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דרכא אחרינא צום אינטערנעט, איז דא אזאנס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/12/2005 06:10 לינק ישיר 
דרכא אחרינא צום אינטערנעט, איז דא אזאנס?

פילע פעסער טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם אינטערנעט. און פיל מער טרערן זענען שוין אויסגערינען דערוועגן. און איך דארף נישט מוסיף זיין דערויף.

צו שרייבן אויף היידפארק האט מען ב"ה J NET און מען דארף נאר באדאנקען די עסקנים וואס האבן דאס מיט זייער גרויס גענאד צוגעלאזט.

איך וויל נאר פרעגן איין נקודה, עס איז דאך ידוע אז אויפן אינטערנעט איז פארהאן אזא זאך ווי search engines ווי מען קען אריינקלאפן איין ווארט און עס קומט ארויס ממתקים אויף דעם ענין, פרעגט זיך די פראגע אויב איז דא נאך אזא זאך וואס קען זיך פארמעסטן דערמיט אלס דרכא אחרינא?

********************

איך וויל מוסיף זיין נאך איין זאך, אז מען רעדט שוין פון אינטערנעט.

ווי זענען די עסקנים וואס וואלטן געדארפט זען אז J NET זאל קאסטן כאטש די זעלבע פרייז ווי געווענליכע קאמפאניס, אויב נישט ביליגער?

תוקן על ידי - דיפלאמאט - 19/12/2005 6:24:25



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 07:22 לינק ישיר 

אין ק"י האט אנ"ש צוגעשטעלט J NET פאר די זעלבע פרייז ווי געווענליכע קאמפאניס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 08:34 לינק ישיר 

ווי קען א קליינע קאמפאני ווי J-NET געבן די זעלבע פרייזען ווי גרויסע פירמעס?

בכלל דאכט זיך מיר אויף דעם שטאפל שנעלקייט וואס J-NET שטעלט צו זענען זיי נישט טייערער ווי די אנדערע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2005 15:25 לינק ישיר 

ווי קען א קליינע קאמפאני ווי J-NET געבן די זעלבע פרייזען ווי גרויסע פירמעס?

אויב איז דא איינער דא וואס ווייסט?
ווען J-NET זאל ווען האבען דאפאלט די יעצטיגע קאסטמער בעזז וואלטן זיי געקענט זאן קאמפערעטיוו מיט ווערייזאן?

זיי האבן א גרויסע גראטא פאטענשעל וואס זיי נעמען נישט קאן אדווענטיש.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 21:10 לינק ישיר 

דיפלאמאט

אונטער דשזעי נעט קען מען נישט סערטשן אויף IMAGES אין גוגל

און אפילו מקומט צו צו א שמוץ אדרעסס, קען מען נישט אריין גיין צו יענעם סייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 21:13 לינק ישיר 

איך האלט אז J-NET וועט ווערען מיט אפאר פיאסטער ביליגער וועט נישט צוקומען קיין קליענטען.

אז איינער האלט אז עס איז נחוץ וועט ער צאלען די פאר סענט אז דער קאמפאני זאל זענען שטיין אין ביזנעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 05:55 לינק ישיר 

דזשעי נעט מישטעט זיך זייער, זיי האבען לעצטענס משנה שם געווען צום וויפילטען מאל.

מען זאגט אז שולדיג זענען די וואס פירען דאס מער ווי די עולם וואס קויפט נישט דזעי נעט.

ווען מען גיט נישט קיין סערוויס איז גאר שווער צו פירען ביזנעס.

פאר מיר אינדערהיים איז עס גאר גוט, אז עס ארבעט אמהל נישט, וועל איך נישט שרייבען אויף היידפארק, אבער ווען עס ארבעט נישט ביי אים, ווייל זיין לעקטאר אין געווארען אויסגעלאשען, און מיין גאנצע ביזנעס גייט קראכען, וואלט איך ענדרעש געצאלט פאר אן אייגענע פילטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 09:33 לינק ישיר 

היות אז מ'רעדט פון א וויכטיגן נושא, דארף מען עס דורך טוהן מיט א קלארקייט.

לאמיר זאגן אז די רילייעביליטי אין סערוויס איז די זעלבע

נארמאלע 768kbps DSL קאסק ביי VERIZON
אינדערהיים $14.95 ארבעט $39.95

JNET טשארדשט $79.95

שנעלערע קעיבל אינטערנעט
אינדערהיים $49.95 ארבעט $59.95 (אויב מ'נעמט אויך VOIP
קומט עס אויס צוזאמען $59.95)

גאר שנעלע 30MBps קאסט $64.95

ווידער JNET'S שנעלסטע סערוויס 7.1MBPS (בערך א פינפטל די שנעלקייט פון 30MBps) קאסט $250 א חודש.

קומט אויס אז דאס שטייטסטע DSL ביי JNET קאסט מיט $15 מער ווי דאס שנעלסטע קעיבל.

אויב דער עתיד פון אידישקייט ווענד זיך אין דעם, ווי קען מען רייסן אזעליכע געלטער? ווער רעדט נאך פון צושטעלן געהעריג SUPPORT אין רילייעביליטי.

געלט? לאמיר ווייטער רעדן נאמבערס.

JNET פארמאגט (איך האף) לכה"פ 1000 היי ספיד קאסטאמערס וואס צאלן לכה"פ $80.00 א חודש.
קומט אויס אז ס'קומט ארייןלכה"פ $80,000 א חודש.

נו, מיט אזעליכע געלטער קען מען נישט צושטעלן א פראפעשינאל סערוויס????
מעט ריידט דאך פון די קדושה פון אונזערע שטיבער אין דער עתיד פון אונזערע דורות.

איך קען דאך אבער נישט גיין פארעכטן די וועלט. פאר מיר נוץ איך http://www.netmop.com/?aid=25003
ס'האט אלע מעלות אין ס'קאסט אינגאנצן $4.50 א חודש.

איך וויל אפשר מוסיף זיין נאך א שמירה וואס הייסט covenant eyes דורך הרב האזענפעלד [email protected] אבער ס'באדערט מיר אז דער פראגראם גיהערט פאר א קירכע אין דאס געלט גייט פאר זייערע צוועקן. איך שטעל זיך פאר אז דער רב האזענפעלד האט דורך געטון דעם ענין אין האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם. עכ"פ מ'דארף פרעגן א שאלה.

איין זאך איז זיכער, מען מוז האבן א פילטער אופן אינטערנעט. אין ווייל דזעי-נעט איז טייער איז נישט קיין תירוץ אויף נישט צו האבן א פילטער.

תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 20/12/2005 9:43:19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 14:29 לינק ישיר 

איך האב אויך דשענעט חאטש עס איז טייער.
אבער אז איך פרעג א יד און שול פארוואס האט ער דאס נישט האט ער פארשידענע אויסריידן ווי QOS אין פרייז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 17:23 לינק ישיר 

אי משום געלט קען מען דאך:

גיין מיט א דאשיקל שבת פאר צעהן טאלער אנשטאט א שטריימל פאר דריי א האלב אלפים!

צאהלן צוויי הונדערט דאלער א חודש פאר א איינפאכע קאר, אנשטאט פינף-זעקס מאות פאר א אפ-טו-דעיט עס יו ווי אדער א טאפ-רעיטעד סיעננע אדער אדעססי

נעמען א מזוזה פאר צוואנציג טאלער אנשטאט פופציג-זיבעציג

אדער א אתרוג פאר דרייסיג פערציג (און דערצו באקומען א לולב מיט הדסים) אנשטאט הונדערט צוויי הונדערט (כ'האב קליינע השגות?)

א שוואכערע שחיטה אנשטאט דעם שוחט וואס איהר גלייכט און צאהלט כאטש א דאלער אדער מעהר אויפן פונט

די ליסטע איז א לאנגע

שטעלט זיך די פראגע:

דער דאשיקל איז נישט קיין שבת'דיגער מלבוש? טויזנטער אידן גייען בכלל נישט מער ווי מיטן יארמולקע שבת אויך! ואת"ל אז למעשה זענען מיר "חסידים", און מען צאהלט דעם פרייז, פאהרט דאך דער ביליגער קאר נאך אזוי גוט ווי דער לוקסוסריעזער, איז נישט קיין MP3, איז דאס ווערט אפאר מאות א חודש? ואת"ל אז יא, איז דאך הכל מודים אז א מזוזה איז א מזוזה, נאכוואס ברויך מען צאהלן אן עקסטערן פופציגער פאר הידור מצוה? ואת"ל אז הידור מצוה פופציג טאלער איז נישט געפערליך, א מזוזה קויפט מען נישט יעדן שני וחמישי, אבער דער אמעריקאנער אידל וועלכער קויפט דעם "ארבעה מינים סעט" פאר 39.99 איז דאך פונקט אזוי מקיים מצות ארבעה מינים, א "עכט"... פסול'ער אתרוג טרעפט זיך נישט אזוי גרינג, אויב אזוי צואוואס צאהלט איהר די איבריגע הונדערטערס? ואת"ל אז עס שטייט "ענינים" אויף אן אתרוג דומה ללב וכו' וכו', וואס טוט זיך מיט שחיטה? טויזנטער אידן עסן דאך OU און שוואכערס, עסן זיי דען נבילה חלילה?

אלא על כרחך, אז דו האסט מורא פארן "דומה" ללב, און פארן "טמטום הלב" און ביסט מקפיד אויף מילי דחסידי, און פאר לוקסוס האסטו אן אקאונט פון וואו צו נעמען עטליכע הונדערט דאלאר א חודש (ווען דער מוסד הייבט דעם שכר לימוד מיט פופצן צוואנציג דאלאר - וואס איז דיין רעאקציע?), און וואס איז מיט א זאך וואס נישט שכיח הזיקא והזיקו מצוי, נאר איז אבי אבות הטומאה והמזיקים, דארט פארשטאפן זיך די קוועלער? דארט ביסטו פלוצים געווארן א "מסתפק במועט" און א "מלמד זכות" אז אויב "יעדער" טו אזוי קען איך אויך? לאמיר זאגן הידור מצוה, נישט א חוב מעיקרא דדינא, איז עס נישט ווערט? מוזט האבן א מיליאן קילאבייטס א שעה?

חוץ פון דעם אלעם, א ביסל "מסירות נפש" שאדט נישט, איי וויי, אמאל איז געווען מסירות נפש צו שלעפן זיך פון דארף אין שטאט אריין שאפן ואטע פאר קנייטלעך חנוכה, היינט אין אמעריקע, ווער עס פאסט אריין דעם קנויט אין דעם שוועמל, און באנוצט זיך נישט מיט די "רעדי טו לייט" גלעזלעך, איז דאס אליין מסירות נפש

היום קצר והמלאכה מרובה ואני את נפשי הצלתי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 17:46 לינק ישיר 

ביי אינז אין די ביזנעס האבן אלע דזשעי נעט, אין מיר זענען גאר שטארק ציפרידן, גיטע סערוויס, פראפעשענעל קאסטאמער קער, און א גיטע קאנעקשען

סעמאן פיש, איך בין דיסעפוינטעד אין דיין תגובה, סאיז נישט צי שטארק גערעדט צי די זאך

דו פארשטייסט אז דזשעי נעט דארף עפענען א פאנד רעיזינג סיסטעם צי דעקן אז דו אין איך זאלן קענען האבן ביליגע סערוויס, אפשר זאלן מיר געבן די פאר דאלער פאר אינזער אייגענע יודישקייט?

די אלע חשבונות דיינע זענען לופט, אין געבויט אויף אייגענע השערות, איך ווייס פאר פאקט אז זיי מיטשענען זיך נאך זייער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 18:29 לינק ישיר 

שלוםשטוב
סעלמאןפיש

ביי מיר אין ביזנעס איז דא דשעי נעט DSL פון ערשטן טאג

העכסט צופרידן, סיי מיט די שנעלקייט און זיי ניט די סערוויס!

די שנעלקייט איז אייביד 1.5 MPPS זעהר סטאביל

די סיבה פארוואס סאיז טייער האט מיר מסביר געוועהן איינער פון די עסקנים איז ווי פאלגענד: וז"ל

VERIZON און אנדערע אפערען רעזידענשל DSL מיט א DYNAMIC IP וואס איז ווי א רעהר מיט וואסער וואס צו שפרייט זיך לכמה צנורות, פארדעהם יעדן ערב שבת ווען יעדער נוצט וואסער צוזאמען, פאלט דער פרעשור. משא"ב JNET איז COMMERCIAL GRADE DSL ווי יעדער האט אייגענעם STATIC IP אין סאיז ווי יעדער איינער האט א צנור מיט וואסער פאר זיך אליין גלייך צו דעם רעזערוואר, דער טרעפיק איז נישט משפיע.

פארוואס מדארף דאס אזוי? ווייל דער אויפן ווי זיי פילטערן איז אויף דעם IP LEVEL פאר דעהם האט דאס פילטערן קיין שום השפםעה נישט אויף דעם ספיד פון דעם סורפן. א פשוטער פילטער אין דעם קאפיוטער שטערט דעם מהלך הספיד פון די DATA

עכ"ל

ווער ספארשטייט זאל עס ביטע מסביר זיין אויף קליין געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 18:33 לינק ישיר 

סאיז אויך טייער, ווייל זיי דארפן דינגען קאמפיוטער עקספערטן פאר טייער געלט צי פילטערן אין פארמאכן אימצאליגע סייטס, שמוציגע סייטס עפנט זיך יעדן טאג נייע אין די הינדערטער

ווערייזען אין די אנדערע האבן נישט די הוצאות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 19:36 לינק ישיר 

איך האב ליידער נישט קיין J-NET אין אפיס, אבער די פרייזען פון סעמאן פיש זענעןלגמרי נישט ריכטיג.

איך האב קיעבל אין איך צאל 79.99 א חודש, וואס לויט דיר איז דער די פרייז פון J-NET


מאך נישט דאס בער גרעסער ווי עס איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 20:11 לינק ישיר 

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס קיינער וויל נישט קויפן "סעמאן פיש"

סעלמאן קאסט סאך מער ווי ווייט, על פי חשבון וואלט סעמאן געדארפט קאסטן סאך ביליגער, ווייל עס קימט אין באלק, איין ריזיגער סעמאן פין 20 פינט, פאקט איין דריי ווייט פישלעך

וואלטן די פיש סוחרים נאך געדארפט צישטייער געבן פארן עולם צי נעמען סעמאן, טיען די סוחרים בלויז אויסרייסן די וואס ווילן פינקט סעמאן...






זיי נישט ברוגז סעמאן, בלויז א ווערטל אויף דיין ניק, נישט פערזענליך..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 20:32 לינק ישיר 

טעסטינג,

ביי אייך ארבעט יא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דרכא אחרינא צום אינטערנעט, איז דא אזאנס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext