בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שאלה: מתנה/וואונטש קארטל פאר א גוי חגא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/12/2005 16:41 לינק ישיר 
שאלה: מתנה/וואונטש קארטל פאר א גוי חגא

יעדער ווייסט אז קומענדיגע וואך וועלן די גוים פייערן זייער חגא 'קראצמעך'.

פאר רוב מענטשן איז בכלל נישט נוגע וואס די גוים פיייערן, אויסער פאר אביסל לצינותא דעו"ז, אבער פאר די וואס דילען מיט גוים אין ביזנעס ווייסען אז פון די וויכטיגסטע זאכן ביי א גוי איז די מתנה וואס מ'באקומט לכבוד יום אידם.

איצט איז די שאלה צו מ'מעג עפ"י הלכה דאס טוהן. דארף מען מקפיד זיין וואס מ'שרייבט אדער ווען מ'זאל דאס געבן?

יש"כ למפרע



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 22:25 לינק ישיר 

מען קען עס געבן לכבוד דעם נייעם יאר. קארטלעך איז דא גענוג צו באקומען מיט Happy Holidays, אדער Seasonal Greetings.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2005 20:28 לינק ישיר 

ווי איך פארשטיי מעג מען געבן מתנות פאר זייער NEW YEAR'S אבער נישט פאר זייער ע"ז חג, אויב אזוי קען מען זיי דאס געבען א וואך שפעטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2005 19:48 לינק ישיר 

לויט רוב פוסקים

זענען גוים בזמן הזה נישט קיין עובדי ע"ז נאר "מנהג אבותיהם בידיהם" און אזוי איז אנגענומען להלכה.

איך בין נישט קיין פוסק.

אבער לפי א הSUPREME COURT איז XMAS היינט צו טאג נישט קיין EXCLUSIVE רעליגעזע חגא פארדעם מעג א שטאט לייגען א קראצמעך בוים ווייל דאס איז נישט קיין 'רעליגעיע' ווייל עס זענען פארהאנן מיליאנער אמעריקאנער וואס פייערן דעם חגא אלס קולטור נישט אלס רעליגע.

ממילא איז SANTA מיט דעם ביימעלע נישט קיין רעליגע. און אפילו דעם נאמען XMAS איז נישט דוקא קיין רעליגעיע לפי הסופרים קאורט.

איך זאג דאס דא ווייל א סאך רבנים ווייסען נישט אז דאס איז דער אפיציעלע שטעלע פון דעם אמעריקאנער מלוכה.

עס איז דא אבער א איסור אין שו"ע נישט צו טרינקען משקה המשקר מיט א גוי ביי א סעודה א סאך ווייסען דאס נישט און ווערן נכשל בזה ביי "HOLIDAY PARTIES" אויף דעם איז נישט דא קיין שום היתר.

א סאך מאהל נעמט מען ארויס א גוי פאר ביזנעס צו א רעסטוראנט און עס איז דא אין דעם גאנצע שאלות. משקה המשכר אפילו בראנפין איז לפי ידעתי גענצליך אסור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2005 19:05 לינק ישיר 

שווער צו טרעפען א היתר צו געבן א מתנה לכבוד זייער ע"ז.

אידן פירען זיך ווי ערנסט צו גיבען די מתנה לכבוד חנוכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2005 18:09 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט אמאל א שאלה וועגן טראגן צו א דאקטער א מתנה לפני יום אידם

האט מען מיר גע'פסקענט אז איך טאר נישט, ער האט מיר געגעבן א עצה אים צו גיבן די מתנה לכבוד חנוכה, און שרייבן דערויף א פרייליכן חנוכה.

אבער ס'איז זיכער אז מ'דארף פרעגן א געהעריגן רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2005 18:06 לינק ישיר 

לומבער

על זה דוה לבנו

שלה"ק בראשית פרשת ויצא

אבל אנחנו עתה בחוץ לארץ שהיא תחת ממשלת השרים, בודאי לא מתאוה להתפילה. וזהו כמו שנאמר, התחת אלהים אנחנו, כלומר אין אנחנו יושבים תחת חלק ה' שהיא ארץ ישראל. השיבה רחל, אני אכניס צרה לביתי, הנה ישראל בחוץ לארץ עובדים עבודה זרה בטהרה, כי לבם לשמים אבל מכניסים צרה לבית,

איך פסקען נישט קיין הלכות, אין איך בין בטוח אז סאיז דא א היתר אויף דעהם

אבער דאס איז זיכער, אז דאס געבן מתנות פאר די גויים ביום אידם האט מעהר שייכות צו אביזרייהו דעבודה זרה ווי די שייטלען פון אינדיע.

נאר וואזשע דען? הא לן והא להו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שאלה: מתנה/וואונטש קארטל פאר א גוי חגא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext