בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פלאי הבריאה, און פראגעס דערויף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2005 02:52 לינק ישיר 
פלאי הבריאה, און פראגעס דערויף

אפשר וואלט איך געברויכט מאכן א עקסטערע אשכול פאר די ביידע זאכן, נעמליך

1. די וואונדער פון די בריאה.

2. פראגעס וואס ווערן שווער ווען מען פארטראכט זיך איבער זיי.

וויבאלד זיי זענען מיר אויפגעקומען אין איין שאס, לייג איך עס צוזאמען אריין אזוי ווי עס שטייט און גייט.

איך וועל זיין דער מתחיל במצוה.

Proxima Centauri איז די נענטסטע שטערן צו אונזער וועלטל (היינט זאגט זיך עס אזוי וועלטל, אין א אנדער געלעגנהייט וועט מען זען פונקטליך ווי קליין עס איז...).

וואס הייסט נאנט?

לייגט צו קאפ אביסעלע.

עס איז בערך 24 טריליאן מייל ווייט פון דער ערד. וואס מאכט עס די שטערן וואס איז די נאנטסטע צו אונז נאך די זון (די זון איז פון זעלבן מאטעריאל ווי די שטערנס).

די פיצעלע... שטערנדל, איז בערך א צענטל גרויס ווי די זון, און פיל ווייניגער ליכטיג ווי אים.

*******

מיין שאלה איז וואס איז די סיבה פון די שטערנס? אין די תורה שטייט אז דאס איז צוצוהעלפן די ארבעט פון די לבנה צו מאכן ליכטיג אונזער וועלט, ביינאכט.

דאס איז גוט פאר די וואס זענען נאנט צו אונז, אריינגערעכנט די אויבענדערמאנטע שטערן, אבער וואס איז איבער די וואס זענען מיליאן מאל די ווייטקייט? וואס די ליכטיגקייט קומט ניטאמאל אן דא אהער?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 03:50 לינק ישיר 

די זון איז פון זעלבן מאטעריאל ווי די שטערנס

נישט אז איך פארענטפער דיין שאלה, אבער יעדע שטערן האט א ספעציפישע באזונדערע קאמפאזיציע פין וואס זי באשטייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 05:38 לינק ישיר 

שטערען זענען דא יעדער איינער אויף זיין תפקיד, לויט די אידישע אמונה.
עס איז דא א שמועס אין הגדה פין דברי חיים, ווי ער שמועסט אז עס איז דא א שטערען וואס די מהלך פין זיין גלגל, איז (איך מיין) מער פין 350000 יאר, און ער שמועסט דארט וועגען דעם, אז די מהלך פין דעם שטערען קען דאך לכאורה נישט זיין פאר אונז קיין תועלת, וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2006 06:49 לינק ישיר 

 דא האב איך געטראפן איינער וואס האלט יא אז די שטערנס זענען בערך פון זעלבן מאטעריאל צוזאמגעשטעלט, הגם איך בין נאכנישט קלאר וויאזוי מען רעכנט דאס פונקטליך אויס, ווען דער נענסטער שטערן איז אזוי ווייט פון אונז.


Our Sun is a star and is thus made of the same materials (in general) that the rest of the stars are.

But because of different ...... and environments, there are probably no two stars that are exactly alike.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2006 07:56 לינק ישיר 

מענין לענין באותו ענין, אז די שטערן איז אזוי ווייט, קומט דאך אויס אז די ליכטיגקייט דערפין נעמט א לענגערע צייט אהנצוקומען. אפשר איז דאס א ראיה צו די שיטות וואס לערנען די ששת ימי הבריאה זענען מער ווי זעקס מאל פיר אין צוואנציג שעה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 06:25 לינק ישיר 

האסט אריינגעריקט א ווארט וואס אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט מעורר געווען אז ביים היימישן עולם ווערט דאס גערעכנט אלס כפירה.

און אויב שוין יא אזוי, אפשר קענסטו אנווייזן ווער זענען די בעלי השיטה וואס האלטן אז צו זאגן אז די עלטער פון די פלאנעטן זענען מיליאנען יאר?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פלאי הבריאה, און פראגעס דערויף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext