י"ט כסליו איז דאך באקאנט אלץ ראש השנה לחסידות, אין חב"ד וואונטשט מען זיך אפילו לשנה טובה בלימוד החסידות ובתורת החסידות (אזוי האב איך געזען אין לוח דבר בעתו).
די עיקר חידוש אין דרך פון הייליגן בעל שם (וויפיל אינז קען מען פארשטיין מיט אינזער קליינע שכל) איז געווען אז - אפילו די יודן וואס זענען געזעצן אין קרעטשמע און געטרינקן, אדער די פשוט'ע סוחרים און וואסער טרעגער, וואס האבן געשפירט אז זיי האבן גאר ווייניג כוחות אופציטין אין עבדות ה', איז געקומען צו זיי די בעל שם טוב אין קרעטשמע אריין און זיי מודיע געווען אז מיט זייערע יודישע נשמות האבן זיי גאר גרויסע מעגליכקייטען מתקן צו זיין תיקונים ווייל יעדע יוד אין וועלכע מצב ער זאל נאר נישט זיין, נישט קיין נפק"מ ווי טיפ פארזינקן ער איז, האט ער זיין הויכע נשמה, מיט וואס ער קען אויפטין א געוואלד.
און אנשטאט צו ארבעטען אויפען סור מרע, ועשה טוב. האט ער מחדש געווען אז די עשה טוב קען זיין קודם און די סור מרע וועט שוין נאכקומן פון זיך אליין.
פון די אנדערע זייט איז געווען די מתנגדים וואס האבן געהאלטן פארקערט.
נשלח ב-23/12/2005 20:50
א רוף צו אלע פראפעסארן און שטודירער פון דרך הבעל שם טוב הקדוש זי"ע.
אפשר קען איינער פון אייך אראפלייגן אין קורצע ווערטער וואס דער דרך הבעל שם טוב הקדוש איז?
איר זאגט אז עס איז נישט נשתכח געווארן? אדרבא, לאמיר הערן וואס איר ווייסט פון דרך הבעל שם טוב.
ביטע ענטפערן צו דער זאך.
וואס איז דער דרך?
שמחה?
אהבת ישראל?
מסירות נפש?
אדער פרענטשעס?
קיגל?
מחלוקות צווישן רביים?
שיינע בילדער אין כל העולם כולו פון סטראקעס בעקיטשעס?
פארטייען אין כנסת המינים?
נשלח ב-23/12/2005 20:05
דא גייט מען שוין אריין אין די מחלוקת צווישען קאליסקער אין בעל התניא.
אדרבה עס גייט ווערן אינטערסאנט.
נשלח ב-23/12/2005 17:56
YOHCEE
דאס איז די בראך פון די אלע וואס האבען נישט קיין מסורה און מיינען אז זיי פארשטיין פון זיך אליין,
דער צבי שרייבט
>>>>>>די בעל התניא האט גארנישט מחדש געווען ח"ו, ער האט נאר גענומען די גאנצע תורת הבעל שם טוב און דאס מגלה געווען לההמון, די אנדערע תלמידים האבען געהאלטען אז מ'טאר נישט אלץ מגלה זיין<<<<<<
עס איז קלאר אז דער ספר התניא איז בפירוש נישט מחובר געווארען להמון און סאטמאר רב איז דאס אויך מעיר אין זיין ספר.
דער תניא זאגט קלאר אז מ'קען נישט אפילו ארויס געבען א ספר הלכה און אפילו א ספר מוסר וואס זאל זיין שוה לכל נפש.. און ער האט מחבר געווען דעם ספר דווקא פאר אנ"ש וואס זענען "ביודעיי ומכיריי" "אליהם תטוף מלתי"
עס קען גארניש זיין קלארער פון דעם.
והנה קטע מלשון קדשו של מרן התניא קדישא בהקדמת הספר.
ובר מן דין הנה ספרי היראה הבנויים ע"פ שכל אנושי בוודאי אינן שוין לכל נפש כי אין כל השכלים והדעות שוות ואין שכל אדם זה מתפעל ומתעורר ממה שמתפעל שכל חבירו וכמו שארז"ל גבי ברכת חכם הרזים על ששים ריבוא מישראל שאין דעותיהם דומות זו לזו וכו.
אלא אפילו בספרי היראה אשר יסודותם בהררי קודש מדרשי חז"ל אשר רוח ה' דבר בם ומלתו על לשונם ואורייתא וקב"ה כולא חד וכל ששים רבוא כללות ישראל ופרטיהם עד ניצוץ קל שבקלים ופחותי הערך שבעמינו ב"י כולהו מתקשראן באורייתא ואורייתא היא המקשרת אותן להקב"ה כנודע בזה"ק הרי זה דרך כללות לכללות ישראל ואף שניתנה התורה לידרש בכלל ופרט ופרטי פרטות לכל נפש פרטית מישראל המושרשת בה הרי אין כל אדם זוכה להיות מכיר מקומו הפרטי שבתורה...:
...וכ"ש וק"ו בהנסתרות לה' אלהינו דאינון דחילו ורחימו דבמוחא ולבא דכל חד וחד לפום שיעורא דיליה לפום מה דמשער בליביה כמ"ש בזה"ק על פסוק נודע בשערים בעלה וגו' אך ביודעיי ומכיריי קאמינא הם כל אחד ואחד מאנ"ש שבמדינותינו וסמוכות שלה אשר היה הדבור של חיבה מצוי בינינו וגילו לפני כל תעלומות לבם ומוחם בעבודת ה' התלויה בלב אליהם תטוף מלתי ולשוני עט סופר בקונטריסים אלו הנקראים בשם לקוטי אמרים מלוקטים מפי ספרים ומפי סופרים קדושי עליון נשמתם עדן המפורסמים אצלינו וקצת מהם נרמזין לחכימין באגרות הקדש מרבותינו שבאה"ק תובב"א.
נשלח ב-23/12/2005 06:12
yankees
די בעל התניא האט גארנישט מחדש געווען ח"ו, ער האט נאר גענומען די גאנצע תורת הבעל שם טוב און דאס מגלה געווען לההמון, די אנדערע תלמידים האבען געהאלטען אז מ'טאר נישט אלץ מגלה זיין
נשלח ב-23/12/2005 06:00
סארי, איך האב נישט גוט געליינט
next time סקען קלאר, מ'קען עס נישט ליינען!
נשלח ב-23/12/2005 03:48
דער מחבר הווארטל מאכט א שטיקל טעות:
ס'איז דא צוויי דרכים אין חסידות. די דרך הבעש"ט ז"ל.
און די דרך החב"ד וואס די הייליגע תניא האט מחדש געווען יארן שפעטער.
סאטמעררע רב שרייבט נישט נשתכחה דרך החסידות, אדער נשתכחה חסידות חב"ד. נאר דרך הבעל שם.
צווייטענס זאגט נישט די ויואל משה אז חסידות פון בעל שם טוב איז אינטער געגאנגן, נאר די "דרך" דאס הייסט די וועג אנצוקומען אהין, דאס איז פארגעסן געווארן.
נשלח ב-23/12/2005 02:49
באטשי היקר לי
ניין, נישט אזוי ווי די האסט געמיינט אז איך בין אבסעסט צו קריטיקירען חב"ד ווען איך קען, דער אמת (האף איך) איז נר לרגלי און ווען עס קומט צו דער טענה פון "חנופה לרשעים" וכו' וכו' האלט איך אז בדרך כלל איז דער לובאוויטשער רבי געוועהן גערעכט און נאנטער צום דרך הבעש"ט ווי למשל סאטמאר איז צום דרך החתם סופר!
ומאן יאמר אם נשתכחה דרך הבעש"ט שלא נשתכחה דרך החתם סופר? (או דרך הפרי מגדים אויב מ'קען נאך א נאמען אריין ווארפען אין דעם סאלאט פון "נשתכחה דרך...")
נאר איך האלט אויך אז אלעס מיז זיין מיט א גבול.
לאמיר נישט פארגעסען אז אין דעם ספר ויואל משה זאגט סאטמאר רב אז דער וואס עס זאגט אז קירוב לרשעים איז דער דרך הבעש"ט איז תולה בוקי סרוקי... וע"ז כותב שנשתכחה הדרך...
איך האב מיך אלע מאהל געוואונדערט פארוואס סאטמאר רב האט נישט דערמאנט דעם פרי הארץ און זיך נישט מטפל געוועהן מיט עס כאטש לאמיר הערען זיין פשט אין דעם שטיקל.
_______
דער צבי איז אזוי בלינד ווען איך שרייב שוין יא לצד חב"ד. שעלט ער ווייטער.
נשלח ב-23/12/2005 02:29
yohcee
געשריבען ווי א משיחיסט, קאט ענד פעיסט!
נישט מ'ווייסט וואס דו רעדסט און נישא צו וועמען די בריוו איז געשריבען געווארען און נישט בנוגע וואס, אבער האק ווייטער!