איך האף אז ער ליינט נישט יעצט מיינע שורות, ווייל דאן וועט דאס זיין מיין לעצטע שטיקל... (אונטער דעם ניק...)
וואס טוט זיך ווען א איד איז אויפגעוואקסן און באקומען א חינוך כדבעי, און יארן שפעטער ווען ער ווערט שוין בא'גדול'ט טראכט ער זיך אז ער וויל נאכלאזן א געוויסע נקודה אין אידישקייט, למשל, ער איז ביי דער מיינונג אז אין כשרות פארשטייט ער בעסער ווי מען האט אים אויסגעלערנט. ער וויל זיך האלטן קלוגער ווי זיינע עלטערן און מחנכים וואס האבן אריינגלייגט אן עקל צו א געוויסע השגחה. ער, מיט זיין גרויס קעפל האלט אז עס דארף נישט זיין קיין שום פראבלעם דערמיט.
איך וועל געבן א בעסערע דוגמה, וואס איז געווען דער נושא פונעם שמועס. יענעם'ס טאטע האט אין אים אריינגלייגט א שנאה צו אלעם וואס האט נישט מיט די שיטה, און ער איז שוין אין די יארן, און שטייט שוין אויף די אייגענע פיס, מיט א שטוב פון קינדער, און אין זיין מח האט זיך ליידער אריינגעכאפט שווערע ספיקות אין די גאנצע מעשה, און איז פול מיט סתירות אין דעם ענין.
האט ער א רעכט דאס אוועקצומאכן, און לערנען זיינע קינדער אז דאס אלעס איז שטויות? אדער מוז ער גיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן, און וועט זיך מוזן שטיקן מיט זיינע אומריינע מחשבות?
אלזא, ווי שטעלט זיך דער גבול וואס קינדער מוזן פאלגן די עלטערן?
עס איז זעלבסט פארשטענליך אז אן קיין מסורה צווישן טאטע און זון קען זיך אונזער אידישקייט נישט האלטן. די שאלה איז ביז וויפיל מוז א קינד נאכגיין זיין טאטן?
זענען די בריווען געדריקט אין מושיען של ישראל ? האט מיין אין דיין זיידע געהאט דאן א קאפעל ? אין ווי איז געווען מיט שבת ? איז מען געגאנגן שושן פורים מיט א שטריימעל ?
נשלח ב-7/2/2006 20:00
איך וואלט געמאכט דעם יום ההצלה פון סאטמארער רבי זי"ע נישט דעם טאג ווען ער איז אריבער קיין שווייץ, ווייל ער האט נישט געוואלט זיין קיין רבי פון חסידים דארט, כמבואר במכתבים בינו לבין רויזעלע ואכמ"ל.
איך וואלט אפילו געווען מסופק צו מען דארף מאכען יום ההצלה ווען ער איז געווען אין שכונת בית ישראל {די תקופה האט מען למעשה באגראבען אין סאטמארער היסטאריע לעבן בילקע רבנות.}
דער יום ההצלה דארף מען בעיקר מאכען למעשה דער טאג ווען ער איז אראפ קיין אמעריקע ווען ער איז געווארען א גרויסער רבי פון חסידים.
תוקן על ידי - סטלש - 07/02/2006 20:21:51
נשלח ב-7/2/2006 17:26
אין דעם יום ההצלה פון קל"ב האטערנישט געטאנצט.
א חסיד זעט אין די הצלה פין זיין רבי די הצלה פין גאנץ כלל ישראל. וק"ל
נשלח ב-7/2/2006 17:19
טאמער וועט דער לינק צובראכן ווערן, ברענג איך דא פון דארט וואס איז נוגע אהער
בכל ריכוזי חסידות בעלזא נערכו אמש סעודות הודיה לרגל 'יום ההצלה' של האחים הקדושים האדמו"ר מבעלזא זצ"ל ואחיו רבי מרדכי מבילגרייא זצ"ל. היום יימסרו שיחות בעניין היום הגדול בכל הת"ת והישיבות של החסידות.
עס איז איינס פאר די לעצטע פאראגראף אין דעם לינק
נשלח ב-7/2/2006 17:14
ענינא דיומא
*באטשי* שרייבט אין די לעצטע תגובה אויפן ערשטן בלעטל
די מצוות מדברי סופרים האב איך אלטע, נישט ה' אייר און נישט כ"א כסליו.
BTW אין דעם יום ההצלה פון קל"ב האט ער נישט געטאנצט. ווען זעקס מיליאן קדושים זענען אומגעקומען און איינער געראטעוועט...
בשעתו האב איך נישט געוואלט שרייבן ט' שבט, ווייל כ'בין נישט געווען זיכער אז דאס איז דער ריכטיגער דאטום, און ווי ווייט מען פייערט דעם יום הצלה, יעצט קוקט אריין אין דעם לינק
באטשי, וואו ביסטו איינגעשלאפן? לפי השמועה האסטו געמאכט "עליה"? האב איך גוט געהערט?
נשלח ב-23/12/2005 18:18
יוסי
שקויעך פאר די איינלאד.
אנעוויירע פאר ג-ט ברוך הוא דער רעסטוראנט
מ'עט דען אהנקומען צום עסען?
און וואס פלוצים ווילסטו זיי א דומה לזבוב...
סדא גענוג פלאץ ביים טיש
לאליפאפ
כורמיזא איז גערעכט.
כיבוד אב רעכנט אויס די משנה פון כיצד כיבוד זאכן וואס זענען נוגע דעם טאטן'ס כבוד.
אנדערע זאכן איז פון שמע בני מוסר אביך, אל תטוש תורת אימך, שאל אביך ויגדך, אל תבוז כי זקנה אמך אין נאך אזוינע פסוקים אין ספר משלי מדברי קבלה, דאס איז די שאלה פון דיפלאמאט, ווי ווייט גייט דער חיוב, און צו די קבלה איז נאר אלץ מוסר ה', ווען אבער דער זוהן האט איין אנדערן דרך אין עבדות השם?
ס'באקאנט אז דער שיניעווער רב זצ"ל איז געוועהן מחולק אויפן טאטן דעם ד"ח זצ"ל מיט תמ"ם, תפלין מזוזה מילה. (ס'מסתם איז געוועהן אזאך מעהר...)
נשלח ב-23/12/2005 09:01
לאליפאפ,
איך מאך מיט דיר א געשעפט, אויב דו ווייזט מיר ווי אין שולחן ערוך ונושא כלים (אין שולחן ערוך) שטייט אז מ'דארף פאלגען, וועל איך דיר בע"ה ברענגען מקורות צו וואס איך שרייב.
נשלח ב-23/12/2005 01:10
די נושא איז זייער האקעל, אבער איך וועל פרובירן זאגן מיין קליינעם מיינונג,
קודם וואלט איך געוואלט דיר זאגן אויב ווייסטו גוט האבן אונזערע עלטערן געגעסן HERSHEY'S M&M, אין WISE אין אלע זאכן מיט אהן הכשרים אדער שוואכע הכשרים, אין היינט אויב מיר וועלן דאס עסען וועלן מיר זיין שקצים.
צווייטענס מיינסטו אז דיינע עלטערם האבן געהאלטן אלע חומרות וואס זייערע עלטערן האבן געהאלטן?
I DONT THINK SO
נאך מער מיר זענן נישט קיין DUMIES אין ווערן אויפגעקלערט מער אין מער, אין מיר מעגן מאכן אונזערע DESICIONS ווען מ'דארף
נשלח ב-23/12/2005 00:56
כורמיזא אפשר ווייזטו איין מראה מקום?
נשלח ב-22/12/2005 22:37
ע"פ הלכה (לויט אסאך פוסקים) דארף מען בכלל נישט פאלגען קיין עלטערן. עס איז נאר דא א מצוה פון כיבוד אב, דאס הייסט אים צו מכבד זיין.
נשלח ב-22/12/2005 22:16
אפשר קען מען אראנדשירען א פגישה אפשר גאר אין עפעס א רעסטוראנט מיט נבוד און באטשי פאר א פיינע מאהלצייט און ויכוח...
איך וועל געבן א בעסערע דוגמה, וואס איז געווען דער נושא פונעם שמועס. יענעם'ס טאטע האט אין אים אריינגלייגט א שנאה צו אלעם וואס האט נישט מיט די שיטה, און ער איז שוין אין די יארן, און שטייט שוין אויף די אייגענע פיס, מיט א שטוב פון קינדער, און אין זיין מח האט זיך ליידער אריינגעכאפט שווערע ספיקות אין די גאנצע מעשה, און איז פול מיט סתירות אין דעם ענין.
האט ער א רעכט דאס אוועקצומאכן, און לערנען זיינע קינדער אז דאס אלעס איז שטויות? אדער מוז ער גיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן, און וועט זיך מוזן שטיקן מיט זיינע אומריינע מחשבות?
אלזא, ווי שטעלט זיך דער גבול וואס קינדער מוזן פאלגן די עלטערן?
עס איז זעלבסט פארשטענליך אז אן קיין מסורה צווישן טאטע און זון קען זיך אונזער אידישקייט נישט האלטן. די שאלה איז ביז וויפיל מוז א קינד נאכגיין זיין טאטן?
און כדי אזעלכע קלוגע אידן ווי דו זאלעם פארשטיין דעםן מדובר איז געקומען ר KNOWIT ALL
אין מוסיף געוועהן מדיליה
דיין שאלה איז נישט לגבי כיבוד הורים נאר ענדערש לגבי אַל תיטוש תורת אימך;
איך האב שוין כמה פעמים געהערט אז דער ענין פון אַל תיטוש גייט נאר אָן ביז מען האט חתונה:
נאך דעם ווען מען פירט שוין אַן אייגענע שטוב מעג מען טוישן און זיך פירען וויא מען וויל:
פארשטיט זיך אז עס מוז זיין אויסגעהאלטען מיט א מקור אדער מנהג פון גדולי ישראל
נאר ווייל דיין נפש היפה קען נישט סובל זיין קיין עמי הארצות האסטו פורץ גדר געוועהן אין געשריבן דברי תורה רח"ל
און כדי צו פארענפערן זיך אז דו ביזט נישט געוועהן קיין משיב כהלכה זינגסטו דעם הויכען פאל פון בך בטחו.
ביסט אויך תיכף מוסיף לזכר נשמתו של בעל ההצלה (כדרכו בויוא"מ) א האלבע ציטאט, פארשטייט זיך נאר דעם חלק פון דיפלאמאט'ס שאלה וואס איז מסייע לך, דו ערשטע העלפט האסטו אויגעלאזט (אישמטתיה?)
און איך בין נאך דער מסלף?
אזוי ווי דו ביזט דער נרדף!
די מצוות מדברי סופרים האב איך אלטע, נישט ה' אייר און נישט כ"א כסליו.
BTW אין דעם יום ההצלה פון קל"ב האט ער נישט געטאנצט. ווען זעקס מיליאן קדושים זענען אומגעקומען און איינער געראטעוועט...,
דיין צווייטע תגובה ווייזט באמת אויף א קלארקייט
למעשה היינט זענען רוב מיינונגען פון די ראשונים בפירוש נישט אנגענומען, סיי לגבי גשמות - אחדות - השגחה - אגדות חז"ל - חכמת הנסתר - וכהנה וכהנה, דעת חכמי ספרד איז כמעט נישט אנגענומען, אפשר ביי יוסף אלקאפח (רמב"ם בדורנו...) וסיעתו
וועמען ווילסטו דא פארדרייען דעם ספאדיק?
ווער רעדט פון די אלע זאכען יעצט?
דו כאפסט אלעס אריין בחדא מחתי,
אם אין דעת הבדלה מנין?
מען רעדט צו צריך אדם לחקור אחרי אמונת אבותיו?
דער בעל העיקרים רעדט דאך פון א זעהר א לאגישע קשיא, וואס חסידישע ספרים און אוודאי דער חתם סופר מוטשעט זיך מיט דעהם
א חידוש דו זאגסט נישט "מזוייף"
אדער נאך בעסער
" ער האט חוזר געוועהן"
זינג בך בטחו, פלי געזונטער הייט, און זיי מקיים ופרח לא איש האמת...
תוקן על ידי - baachi - 22/12/2005 21:05:34
נשלח ב-22/12/2005 20:48
דאס וואס מען רעדט שוין יא פון משנה זיין תורת אמך איז ביי א מצוה למשל די נוסח התפילה אין וועלעכע ישיבה צו לערנען לגבי חסידות אבער נאכלאזן מאן דכר שמי-ה
נשלח ב-22/12/2005 20:15
רס"ג מורה און עיקרים זאלסטו מיר ביטע נישט אויסלערנען, כ'קען זיי גוט און כ'מיין אז איך פארשטיי זייערע שיטות, למעשה היינט זענען רוב מיינונגען פון די ראשונים בפירוש נישט אנגענומען, סיי לגבי גשמות - אחדות - השגחה - אגדות חז"ל - חכמת הנסתר - וכהנה וכהנה, דעת חכמי ספרד איז כמעט נישט אנגענומען, אפשר ביי יוסף אלקאפח (רמב"ם בדורנו...) וסיעתו
מען רעדט פון היינט מאכסט חשבונות אין *דיפלאמאטס* ווערטער אשר לא עלה על דעתו