|
|
| נשלח ב-22/12/2005 22:16 |
|
| |
אפשר קען מען אראנדשירען א פגישה אפשר גאר אין עפעס א רעסטוראנט מיט נבוד און באטשי פאר א פיינע מאהלצייט און ויכוח...
איך וואלט נאר געוואלט דארט זיין ווי א פליג אויף דער וואנט

|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2005 22:37 |
|
| |
ע"פ הלכה (לויט אסאך פוסקים) דארף מען בכלל נישט פאלגען קיין עלטערן. עס איז נאר דא א מצוה פון כיבוד אב, דאס הייסט אים צו מכבד זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 00:56 |
|
| |
כורמיזא אפשר ווייזטו איין מראה מקום?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 01:10 |
|
| |
די נושא איז זייער האקעל, אבער איך וועל פרובירן זאגן מיין קליינעם מיינונג,
קודם וואלט איך געוואלט דיר זאגן אויב ווייסטו גוט האבן אונזערע עלטערן געגעסן HERSHEY'S M&M, אין WISE אין אלע זאכן מיט אהן הכשרים אדער שוואכע הכשרים, אין היינט אויב מיר וועלן דאס עסען וועלן מיר זיין שקצים.
צווייטענס מיינסטו אז דיינע עלטערם האבן געהאלטן אלע חומרות וואס זייערע עלטערן האבן געהאלטן?
I DONT THINK SO
נאך מער מיר זענן נישט קיין DUMIES אין ווערן אויפגעקלערט מער אין מער, אין מיר מעגן מאכן אונזערע DESICIONS ווען מ'דארף

|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 09:01 |
|
| |
לאליפאפ,
איך מאך מיט דיר א געשעפט, אויב דו ווייזט מיר ווי אין שולחן ערוך ונושא כלים (אין שולחן ערוך) שטייט אז מ'דארף פאלגען, וועל איך דיר בע"ה ברענגען מקורות צו וואס איך שרייב.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 18:18 |
|
| |
יוסי
שקויעך פאר די איינלאד.
אנעוויירע פאר ג-ט ברוך הוא דער רעסטוראנט
מ'עט דען אהנקומען צום עסען?
און וואס פלוצים ווילסטו זיי א דומה לזבוב...
סדא גענוג פלאץ ביים טיש
לאליפאפ
כורמיזא איז גערעכט.
כיבוד אב רעכנט אויס די משנה פון כיצד כיבוד זאכן וואס זענען נוגע דעם טאטן'ס כבוד.
אנדערע זאכן איז פון שמע בני מוסר אביך, אל תטוש תורת אימך, שאל אביך ויגדך, אל תבוז כי זקנה אמך אין נאך אזוינע פסוקים אין ספר משלי מדברי קבלה, דאס איז די שאלה פון דיפלאמאט, ווי ווייט גייט דער חיוב, און צו די קבלה איז נאר אלץ מוסר ה', ווען אבער דער זוהן האט איין אנדערן דרך אין עבדות השם?
ס'באקאנט אז דער שיניעווער רב זצ"ל איז געוועהן מחולק אויפן טאטן דעם ד"ח זצ"ל מיט תמ"ם, תפלין מזוזה מילה. (ס'מסתם איז געוועהן אזאך מעהר...)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 17:14 |
|
| |
ענינא דיומא
*באטשי* שרייבט אין די לעצטע תגובה אויפן ערשטן בלעטל
די מצוות מדברי סופרים האב איך אלטע, נישט ה' אייר און נישט כ"א כסליו.
BTW אין דעם יום ההצלה פון קל"ב האט ער נישט געטאנצט. ווען זעקס מיליאן קדושים זענען אומגעקומען און איינער געראטעוועט...
בשעתו האב איך נישט געוואלט שרייבן ט' שבט, ווייל כ'בין נישט געווען זיכער אז דאס איז דער ריכטיגער דאטום, און ווי ווייט מען פייערט דעם יום הצלה, יעצט קוקט אריין אין דעם לינק
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/item.asp?id=965&cat_id=1
און זאגט מיר פארוואס די ווערטער
זעקס מיליאן קדושים זענען אומגעקומען און איינער געראטעוועט...
קען מען נישט ארויפקלעבן דא אהער?
דער חילוק איז נאר פון וועמען מען רעדט, אדער דארף מען שרייבן
זעקס מיליאן קדושים זענען אומגעקומען און צוויי געראטעוועט...
ווייל דער בילגורייער רב איז דאך אויך ניצל געווארן, אבער ר' יאסל און די רביצין זענען אויך געווען אויפן באן, דארף מען מגיה זיין אזוי
זעקס מיליאן קדושים זענען אומגעקומען און דריי געראטעוועט...
באטשי, וואו ביסטו איינגעשלאפן? לפי השמועה האסטו געמאכט "עליה"? האב איך גוט געהערט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 17:19 |
|
| |
טאמער וועט דער לינק צובראכן ווערן, ברענג איך דא פון דארט וואס איז נוגע אהער
בכל ריכוזי חסידות בעלזא נערכו אמש סעודות הודיה לרגל 'יום ההצלה' של האחים הקדושים האדמו"ר מבעלזא זצ"ל ואחיו רבי מרדכי מבילגרייא זצ"ל. היום יימסרו שיחות בעניין היום הגדול בכל הת"ת והישיבות של החסידות.
עס איז איינס פאר די לעצטע פאראגראף אין דעם לינק
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 17:26 |
|
| |
אין דעם יום ההצלה פון קל"ב האט ער נישט געטאנצט.
א חסיד זעט אין די הצלה פין זיין רבי די הצלה פין גאנץ כלל ישראל. וק"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 20:00 |
|
| |
איך וואלט געמאכט דעם יום ההצלה פון סאטמארער רבי זי"ע נישט דעם טאג ווען ער איז אריבער קיין שווייץ, ווייל ער האט נישט געוואלט זיין קיין רבי פון חסידים דארט, כמבואר במכתבים בינו לבין רויזעלע ואכמ"ל.
איך וואלט אפילו געווען מסופק צו מען דארף מאכען יום ההצלה ווען ער איז געווען אין שכונת בית ישראל {די תקופה האט מען למעשה באגראבען אין סאטמארער היסטאריע לעבן בילקע רבנות.}
דער יום ההצלה דארף מען בעיקר מאכען למעשה דער טאג ווען ער איז אראפ קיין אמעריקע ווען ער איז געווארען א גרויסער רבי פון חסידים.
תוקן על ידי - סטלש - 07/02/2006 20:21:51
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 20:06 |
|
| |
זענען די בריווען געדריקט אין מושיען של ישראל ? האט מיין אין דיין זיידע געהאט דאן א קאפעל ? אין ווי איז געווען מיט שבת ? איז מען געגאנגן שושן פורים מיט א שטריימעל ?
|
|
|
|
|