בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אונז ביידע איז שוין לייכטער...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2005 23:59 לינק ישיר 
אונז ביידע איז שוין לייכטער...

פאר ביידע איז געווארן לייכטער. נישט נאר היינט, דאס פאסירט רעגלמעסיג, ביי מיר ווערט לייכטער, ביי איר ווערט אויך לייכטער. און צו דער זעלבער צייט, אויף אן אנדערן אופן...
איך האב דא א אנגייענדער פראבלעם דורך צו שמועסן, איך שטויס מיך אן דערינען אויף א שטענדיגן באזיס, עס איז זייער זייער א פערזענליכע נושא.
אבער - פאלט מיר יעצט איין - עס קען גאר געמאלט זיין אז אנדערע שטויסן זיך אויך אן אין דעם זעלבן פראבלעם, אפשר גאר אסאך אנדערע. בין איך דאך נישט קיין יחיד, וועל איך עס אויס שמועסן אין "פאבליק", מקיים זיין דעם יודיע צערו לרבים. דאגה בלב איש ישיחנה .
וויאזוי ווערט טאקע ביי איר און ביי מיר לייכטער?
איך באקום באצאלט מיין געהאלט, איך פריי מיך, איך בין צופרידן, געארבעט און פארדינט, יעצט קען מען אביסל אטעמען, צאלן ווי עס פעלט זיך אויס, און זיך שפירן רואיג אז עס איז ענדליך דא א דאלער אין טאש. איין קליינע פראבלעם, עס דרוקט אביסל אין קעשענע, עס איז אביסל שווער.... אויפ'ן הארצן איז אבער לייכט.
קומט אן די פלונית'טע און הייבט אן מסביר זיין פאר וועלכע וויכטיגע זאכן מ'דארף פונקט יעצט אויסשפענדן כך וכך, און פאר וועלכע וויכטיגע זאך מ'דארף שוין תיכף צאלן נאך א באדייטנדן סומע. און פאר די סעזאן ענדיגט זיך דארף מען גאר דרינגענד איינקויפן די גאנצע ליסטע וואס ליגט ביי איר אין פאקעט-בוק.
וואס טוה איך, צופיל ברירות האב איך נישט, איך געב ווי א "טאטע'לע", און זי.. נעמט ווי א "מאמע'לע."
און דאס איז וואס געשעט דעמאלס:

"ביי מיר ווערט לייכטער אין די קעשענע, ביי איר ווערט לייכטער אויפ'ן הארצן"

די פראבלעם האט זיך אייגענטליך אנגעהויבן ווען איך האב איר געטראפן צווישן פיר שטאנגען, איך בין געווען דער וואס האט אנגעהויבן געבן, איך האב געגעבן א רינגל, זי האט עס פארשטייט זיך שיינערהייט גענומען אנע צעגערנישן.
פון דעמאלס אן, זי נעמט און נעמט. און איך דארף שטיין און געבן.

רבותי דאס גייט שוין אן א שיינע פאר יאר, איך בין פשוט פארקלעמט, וויאזוי גיט מען זיך דא אן עצה, אז אמאל זאל ביי מיר אויך זיין לייכטער, אויפ'ן הארצן?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 18:13 לינק ישיר 

משנה למלך

גוט געענטפערט און צו שטארק צום פינטל.
ביי מיר איז די מעשה אבער פארקערט, זי איז באמת דער בת מלכים, און זי איז געווען געוואוינט צו בעטן און פארלאנגען און באקומען אלעס אויפ'ן שענסט און בעסטן.
און זי בעט יעצט ווייטער, נאר פון א צווייטן.
די קעסט יארן ביים שווער האבן זיך געענדיגט, און יעצט איז זי ביי מיר אויף קעסט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 02:50 לינק ישיר 

נאך אלץ בעסער צופארקויפן ווי איידער זי זאר אליין נעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 02:48 לינק ישיר 

איך האב באמת נישט געהאט קיין הארץ צו פארקויפען דעם טייערער קייטל פאר בן מלך'ס פרוי, איך האב פארשטאנען אז ער קען נוצען דאס געלט.


וואס זאל מען אבער טון? איך דארף אויך פרנסה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 02:05 לינק ישיר 

קרוין פרינץ!

אוודאי, אז דו לאזט זיך מעלקען ווי א "טאטעלע" וועט זי שלעפן פון דיר ווי א "מאמעלע"...

איך מוז דיך קרעדיטען, דיין באשרייבונג איז אא+






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 01:36 לינק ישיר 

און איך האב נעבעך שטענדיג געקלערט אז איך בין דער איינציקסטער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 01:01 לינק ישיר 

וויאזוי האסטו געוויסט וואס ליגט מיר אויפן הארץ?
אוי ווי גוט די זאגסט, יעגעס ווארט איז ציקער זיס, וויאזוי וואלט איך געדארפט זאגן, ווען די נער איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 00:43 לינק ישיר 

בןמלך

האסט אמאל פרובירט צו מאכען א חשבון בשותפות מיטן בני בית אויפן קאסט אף ליווינג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 00:25 לינק ישיר 

דאס איז דער סדר פון א קעניגס שניר...

דערמאן דיך נאר צוריק ביים טאטן אין פאלאץ האסטו אויך כסדר גענומען און גענומען
ס'אט דיר גארנישט געפעלט פון אלעם גוטן ב"ה,

איך פלעג דיר דאן כסדר זאגן, יא יא קרוין פרינץ עס וועט קומען א זמן וואס דו וועסט זיך דארפן אראפבינדן צו אנדערע געזעלשאפטן. האסט מיך דעמאלט נישט פארשטאנען.

ווי זאגט דער זיידע דוד המלך עליו השלום:
כי לא במותו יקח הכל לא ירד אחריו כבודו. דהיינו, צי וואס דען דארפסטו דאס געלט אויב נישט צו מאכן דערמיט אלעבן אויף די וועלט ווילאנג ס'אט נאך עפעס א ווערט .

איך זאג אלס פאר מיין ווייב די 'סעקאנד לעדי':
נעם נעם וויפיל דו דארפסט, פארוואסשע דען ארבייט איך אויב נישט פאר דיר ?! ואנא אפלח ואיזון יתיכי .

אויב איז זי צופרידן בלויז מיט געלט דאן ביסטו א גליקליכער.



תוקן על ידי - משנה_למלך - 23/12/2005 0:25:35



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אונז ביידע איז שוין לייכטער...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext