|
|
| נשלח ב-26/12/2005 19:46 |
|
| |
שלוםשטוב
איך קען באשטיין צו זיין א גרויסע נאר צו א קליינע חכם, וואטעווער.
לא הביישן למד. אז דו פארשטייסט וואס און ווי אזוי ער האט געענטפערט צו'ם זאך, זיי אוזי גוט און ערקלער מיר.
קוטשמע
פון וואו נעמסט דו אז איך האב געמיינט אז די אייקון רעדט צו מיר?
געוויינליך נוצט מען אייקונס אין צוגאב צו א א תגובה און מ'קען דאס פארשטיין פון קאנטעקסט.
אז איינער וואס זיין שטייגער איז צו שרייבען לאנגע דרשות אויף יעדער קלייניגקייט לייגט אראפ א תגובה אן ווערטער נאר מיט אן אייקון מעג מען עם נישט פרעגען וואס ער מיינט?
דו דרייסט דיך שוין יארען אויפ'ן פארק, אז דו דארפסט נאך פרעגען צו משוגע האט אן עק ביסט דו א שוואכער בעל כשרון.
כורמיזא
יעצט זאגסט דו עפעס, כאטש דאס איז נישט דעמאגאגיע.
פון מיינט וועגען קענסט דו פארגלייכען משה הירש צו היטלער אליין, וואס גייט מיר אן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 21:12 |
|
| |
דו דרייסט דיך שוין יארען אויפ'ן פארק, אז דו דארפסט נאך פרעגען צו משוגע האט אן עק ביסט דו א שוואכער בעל כשרון.
פונקט קאפויע.
איך דריי מיך שוין טאקע יארן אויף הייד פארק, אבער אזא מאס שגעון צינויפגעקליבן אין איין פונדק איז נאך אין די אלע יארן נישט געוועהן דא. באמת נישט. ס'איז ממש מבהיל על הריאון, קענסט גאר געווינען די גאלדענע מעדאל אין די אלימפיקס אויף דעם געביט. די פראבלעם איז נאר אז ווען מ'וועט אויסרופען דיין נאמען אז די האסט געווינען וועסטו מיינען אז מ'מיינט א צווייטען.
אגב, וואס עס האט מיט כשרון האב איך נאך נישט קלאר ארויס, נישט אז איך טענה אז איך בין נישט א שוואכע בעל כשרון, אויב דאס שטעלט דיך צופרידען.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 21:47 |
|
| |
נישט צו פארשטיין זייער א פשוטע זאך, וואס איז סיי א פאלקס שפריכווארט און סיי א זאך וואס מ'זעהט קלאר במציאות האט לדעתי מיט כשרון.
ווען זיינען די אלימפיקס און ווי אזוי שרייבסט מען זיך איין?
לעצטענס האסט דו סתם אנגעהויבען צו באגרייפען פערזעהנליך, אויף א ביליגער אופן. האסט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט היינט? דאס איז נישט דיין געוויינליכער סטייל.
נישט אז איך ווער חלילה באליידיגט, נאר ס'פשוט שווער צו פיהרען א געשפרעך ווען אלץ וואס איך הער פון דיין זייט איז באליידיגונגען וואס איך האלט נישט ביי ענטפערען.
כאטש ווען דו לייגסט עס אראפ שיין..
ווען איך וואלט דאס געוואלט זאגען פאר דיר וואלט איך געזאגט "ווען דיין שכל גייט אריין אין א פייגעלע פליט עס פארקערט" אדג.
אגב, רעיון שרייבט מען מיט אן "ע"
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 22:17 |
|
| |
וואסא,
בקיצער, דו ווילסט נישט שרייבען אין די ריכטיגע פערפארציע.
פאר מיר איז א פראבלעם צו שרייבען אזוי אויף משה הירש פשוט ווייל דאס איז נישט ריכטיג און די פארגלייך איז אוודאי נישט אויסגעהאלטען
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 22:30 |
|
| |
כורמיזא
נעקסטע מאל שרייב אין מיין מיינונג איז דאס נישט די ריכטיגע פראפארציע.
ס'מוז נישט זיין. כשם שאין פרצופיהם שוות..
איך האב ישט געזאגט אז אזא פארגלייך מיט משה הירש איז ריכטיג. איך האב געזאגט מיר ייט נישט אן אז דו שרייבסט אזוי.
|
|
|
|
|