| נשלח ב-25/12/2005 03:47 |
|
| |
ערשטע יודישע מאווי
וואס זאגט דער עולם צום פאקט אז ס'איז צום ערשטען מאל ערשינען א ריין יודישע מאווי, געשפילט דורך היימישע יונגעלייט?
לדעתי איז דאס א דראסטישע ערשיינונג וואס איז ווערט צי באטראכטען.. צו מיינט דאס אן אנהייב צי א רייע יודישע מאוויס, א שטייגער ווי די יודישע טעאטאר פונם אמאליגען אמעריקא? עס זענען אודאי דא רבנים פונם היימישען ליבעראלען חדר וואס זאגן אז ס'איז אפשר א גוטע זאך, ענדערש ווי מ'זאל זיך איינקוקען אין די פנימ'ר פון די געמיינסטע פון די געזעלשאפט. אנדערע וועלען האלטען אז בשום אופן טאר מען נישט לאזן אזא זאך צושטאנד קומען. עס פאנגט זיך אן ביי א "נקי מכל" מאווי, און עס וועט נישט דויערען לאנג און עס וועט ווערן ככל הגויים בית ה'
וואס האלט אונזער חשובע געזעמל פון היידפארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 05:12 |
|
| |
איך מיין אז עס איז דא א שמאלע מארקעט פאר די מאוויס.
די גאר פרומע, וואס קוקען פארשטייט זיך נישט די גויאישע מאוויס, וועלן דאס אויך נישט קוקען. אין פאר די וואס קוקען יא גויאישע מאוויס וועט דאס נישט זיין גענוג אינטרעסאנט.
בלייבט עפעס אפאר פארווע קוקערס אינצווישען.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 05:22 |
|
| |
ווי אזוי הייסט די מאווי?
איז עס אפשר די היימישע סענטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 07:09 |
|
| |
נאמען: א געשעפט
נאכן פארברענגען מיין ניטל צייט ניינציג מינוט צו וואטשען דעם מאווי, זעה איך עס איז נישטא וואס צו זארגען.. אזווי קוטשמע זאגט, זייער אומפראפסעיאנעל! עס איז שווער צו זאגן אז מענטשען וועלן זיך צוכאפען צי אזעלכע שוואכע פראדאקשענס..
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 07:17 |
|
| |
נארוואס באקומען אין אישית:
זיי האבן אן אפיציעלע וועבסייט:www.agesheft.com
א גוטע וואך
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 17:49 |
|
| |
ווי פארקויפט מען עס??
מען דארף גיין פראטעסטירען !!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:14 |
|
| |
אלעס האט א שיעור, דאס איז וואס זיי שרייבן אויף דעם מאווי.
this movie is full of lessons of ''Hashkufa'' and ''Middos''
אין אידיש: די מאווי איז א גוטער וועגווייזער אויף "השקפה" און "מידות"!!
און איך האב אלטס געמיינט אז דער "ארחות צדיקים" איז געמאכט פאר דעם...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:57 |
|
| |
אויף א צווייטע פלאץ אין א יודישע וועלט שרייבט SHILEPIC: און ער ברענגט די בילד:
אַ געשעפט געשפילט דורך בלויז היימישע חסידישע אינגעלייט מיט בחורים, אזאלעכע באקאנטע אקטיארן ווי זעלדאס טרימינג פון באבוב, דאנציגער פון סאטמאר, און יאסל פון בעלז. א.א.וו. פון אלע חסידישע קרייזן.
אין די.ווי.די. היינט אין געשעפטן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 06:33 |
|
| |
I just finished watching it, I think they did a phenominal job, looks very professional for a first time Yiddish production, good actors, and nice moral of the story.
True, there is room for improvement, but for a first time production, THUMBS UP, Great job!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 17:42 |
|
| |
איך האב נישט בדעה דאס צו קוקן.
אפשר קען איינער דא נאר ארויפברענגען די תמצית פון "השקפה" און "מידות טובות" וואס ווערט דארט אזוי שטארק ארויסגעברענגט, לזכות בזה את הרבים..
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 10:03 |
|
| |
אויב מען וויל דן זיין אויב עס איז גוט אדער שלעכט, מיין איך אז מען קען רואיג זאגען אז עס ביידע נישט, נישט ספעציעל גוט, און ווידער נישט שלעכט, פונקט אזוי ווי קיינער איז נישט מוחה אויף אלע נאשירייען וואס קומען ארויס יעדען טאג ווי די צפרדעים, און מען פארשטייט אז ווען איינער וויל פארדינען מעג ער פאבריצירען וואס ער וויל, הוא הדין א היימישער מאווי, אז איינער וויל פארדינען, מעג ער דאס מאכען, און זאלען די קינדער דאס זעהן (די וואס לאזען די קינדער וואטשען מאוויס), וואס איז דען די חילוק פין טעיפס ווי א אינגעל מאכט נאך די מאמע, אדער ווי אן ערוואקסענע מאכט נאך פאליסמאן?
נישט יעדע זאך מוז בהחלט זיין גוט, און א טובה, א צייט פארטרייבער איז גאר א גוטע זאך.
איך קויף נישט קיין טעיפס פאר מיינע קינדער ווייל איך וויל זיי דורך דעם מחנך זיין, חינוך לאז איך איבער פאר מיר און פאר די מלמד אין חדר, טעיפס קויפט מען כדי צו קענען די קינדער אביסעל אנשטילען, והוא הדין א היימישער כשר'ע מאווי.
|
|
|
|
|