| נשלח ב-20/1/2006 02:34 |
|
| |
אפשר 10 דאללער א וואך
אפילו ס'איז א גרויסע מוסד
"BREND NAME"
תוקן על ידי - העלפ_פליז - 20/01/2006 2:33:41
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 03:15 |
|
| |
וואס זאגט ארי צו ר'.. ג. נ"י וואס מאכט חתונה א טאכטער אין א גוטע שעה, פאר צוויי יאר צירוק איז ער דא געווען אז די מאפיא זיכט אים, און מען מוז וויכטיג צאמשטעלן פאר אים הונדערט אלפים. דאסמאל האט ער א בעסערע פלאן ער האט זיך מיט געברענגט א גר צדק פון ירושלים וואס פלעגט עסן ביי אים שבת... און יעצט מאכט ער אים חתונה, און דער חתן דער גר האט נאכנישט אפילו פאר קיין העמדל. און אסאך מער, ער שטייט אויך מצד הכלה. איז האט ער מיט געברענגט א ליסטע פון 106 מצוות, און ער בעט איין דאלער אינגאנצען פאר יעדע מצוה.
ווער וויל נישט געבן סך הכל איין דאלער פאר א מצוה?
רבותי~!Give me a break
וויפיל פראצענט האלט איר באקומט דער גר? און וויפיל דער פאנדרעיזער?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:43 |
|
| |
קיינער זאגט נישט אז זיי דארפן נישט באקומען קיין פראצענט, אבער ביי א מוסד וואס מען גיט גרעסער געלט דארפן זיי נאר באקומען ווי א סעילסמען באקומט,
צו מיר זענען געקומען צוויי חשובע עסקנים פאר איינע פון די אויבן דערמאנטע מוסדות, איך געב זיי יעדעס יאר א געוויסן סכום געלט, זיי האבן פרובירט צו בעטן א הוספה און איך האב זיי נישט געגעבן נאר צו געזאגט ווייטער מיין סכום פון $2400.00 ($200 א חודש) די גאנצע זאך האט געדויערט מאקסימום 7-8 מינוט, זיי האבן מיר נישט געדארפט מסביר זיין וואס דער מוסד איז,זיי האבן מיך נישט געדארפט איבערצייגן דאס וויכטיגייט פונעם מוסד, מיינט איר אז זיי קומט זיך פון מיין געלט 50%
($1200.00) COME ON, לדעתי איז 10% ($240.00) אויך איבערגעצאלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 04:48 |
|
| |
איך מיין אז עס ווענט זיך וויפיל דער פאנדרעיזער איז ווערט.
אויב נאך 7-8 מינוט ביי יענקעלע וואלט ער ארויסגערוקט א הוספה פון נאך $1200 צב"ש, וואלט זיך יא געלוינט אים צו צאלן די 50% ווייל מערערע אזעלכע יענקעלעך איז פרוטה ופרוטה מצטרפת.
ווידער אויב עס איז אים נישט געלונגען, ווי עס איז - ליידער... - געווען די מעשה ביי יענקעלע, דאן נישט נאר וואס עס קומט אים נישט קיין 50%, עס קומט אים נישט קיין צען פראצענט אויך נישט, און דער מוסד מעג רואיג זוכן א צווייטן פאנדרעיזער.
פארשטייט זיך אויב האט ער פערצופאל אנגעטראפן א הארטן יענקעלע איז עס נישט זיין שולד, אבער יעדער מוסד דארף זיך מאכן דעם חשבון צו עס לוינט אויפצוהאלטן דעם פאנדרעיזער אדער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 05:01 |
|
| |
למעשה דארף דער מוסד מאכן א חשבון וויפיל צייט דער פאנד רעיזער לייגט אריין און אויב דאס איז זיין פרנסה דארפן זיי זעהן ער זאל מאכן פרנסה בריוח עס זאל זיך עם לוינען, גרויסע מוסדות האבן געווענדלעך אויך אסאך עסקנים וואלאנטירן וואס ארבייטן שלא על מנת לקבל פרס, וואס טוהן דאס נישט פאר פרנסה,
ביי א גרויסן מוסד איז 10% פיל מער געלט ווי ביי א קליינע מוסד'ל 50%,
BY THE WAY, ללמד,
דער גאנצער פאלאנג פון א הוספה איז נאר געווען א שפיל, זיי ווייסן אז ביי מיר, א ארבייטער איז $2400.00 א זייער שיינע נתינה, זיי האבן נאר געוואלט זיכער מאכן אז איך זאל נישט זיין א פוחת והולך, האבן זיי אנגעהויבן צו בעטן א הוספה, און בחפץ לב מסכים געווען צום אלטן סכום, א אלטער טריק....
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 20/01/2006 5:03:44
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 05:11 |
|
| |
טויגן זיי דאך יא...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 05:50 |
|
| |
וואס איז מיט מיין שאלה איך האב א שאלה אויב די מוסדות מעג נעמען די געלד און אינוועסטן??
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 06:03 |
|
| |
יענקעלע אזוי ווי איך הער ביסטו פון די געבערס
איך האב געמיינט במחילת כבודכם אז די ביסט פון די מענטשען וואס זיכען נאר א תירוץ פארוואס נישט צו געבן שרייען זיי 50% אבער ווי איך הער ביסטו פון די גאר גרויסע בעלי צדקה האב פאר דיר א מעשה דאכט זיך מיר איז עס געווען אין די באוואוסטע וואלאזינ'ער ישיבה וואס דער משולח פון די ישיבה איז געווארן עלטער און די ישיבה האט אים צוגעשטעלט א באקוועמע וואגן מיט צוויי ווייסע פערד (לעקסוס בלע"ז) אז ער זאל קענען גיין גרינגער נאך געלט
איז געווען איין גביר וואס איז געווען פון די גרעסטע תומכים איז ער געגאנגען צום ראש הישיבה אז היתכן ווי גייט אונזער געלט? אז דער עסקן\משולח זאל האבן א באקוועמע וואגן? ......
האט ער אים גענטפערט אז ביי די משכן איז געווען אלע מיני מענטשען וואס האבן מנדב געווען פארן משכן די וואס האבן געהאט א גאר גוטע כוונה נאר לשם שמים איז די געלט געגאנגען גראד צו קדשי קדשים די קלענערע צו די קלענערע פלעצער אא"וו די וואס האבן געגעבן מיט לשם ...איז זייער געלט געגאנגען צו די גאר קליינע זאכן אדער צו די "ודי והותר"
האט ער געזאגט די זעלבע ביי די ישיבה , ווענד זיך מיט וואסערע כונה די גיבסט עס דארט גייט די געלט ביי איינעם גייט 100% צו די ישיבה ביי איינעם גייט 100% צו די פערד און וואגן....וד"ל
 |
|
|
|
|
|