די שאלה איז צו די לומדים אויפן פארק
אלע ת"ח ווערן געבעטן צו שרייבן א תשובה
שאלה: די הלכה איז אז ער"ש חנוכה איז קודם נר חנוכה ואח"כ נר של שבת
אויך איז די הלכה אז נר חנוכה מוז מען צינדן נאכן פלג המנחה און פאר דעם קען מען נישט מאכן א ברכה יעצט לויט די וואס האלטן פלג המנחה לשי' הגר"א אז מען רעכנט דעם טאג -יום- פון נץ ביזן שקיעה (און פאר דעם מוז מען דאווענען מנחה פאר די שקיעה, און זמן קר"ש איז דער צווייטער זמן) איז גוט ווייל פרייטאג איז דער פלג און ZIP CODE 11211
3:39:23 און ליכט צינדן איז 4:22 איז דא גענוג צייט
אבער לפי שיטת מג"א איז דער פלג המנחה לפי ע"ב דקות שוות 4:36:23 אונז וואס אונז פירן זיך לשי' ר"ת אז דין יום איז פון עלות ביז 72 מינוט שוות אחר השקיעה און פאר דעם דאווענט נען מנחה ביז בין השמשות און מען איז מקפיד אויף זמן קרי"ש לפי זמן המג"א ווען זאל מען צידן חנוכה ליכט?
די שקיעה איז דאך 4:37:36 און אויב מען צינד חנוכה 4:36 ווען וועט די פרוי צינדן נר שבת נאך די שקיעה? אויב מען איז מקפיד יעדע וואך צו מקבל שבת זיין 15 מינוט פאר די שקיעה טאר מען לכאורה נישט משנה זיין און טאמער יא איז עס א חומרא דאתי לידי קולא????
רבותי ווער עס ווייסט זאל זאגן א מיינונג
נשלח ב-29/12/2005 00:11
יוחי
דאס וואס די פרעגסט אז דער מחבר ברענגט ג' כוכבים קטנים וכו' איז א קשיא לויט יעדן איינעם (נישט נאר לויט די וואס האלטן שעות שוות) ווייל ער"ש האלט קלאר דער מחבר און רס"א אז ג' מיל ורביע אחר השקיעה וואס איז 58.5 מינוט נאך די שקיעה רצה עושה חול רצה עושה תוס' שבת און נאכדעם איז בין השמשות (וואס דער עולם רופט 60) און ירושלים זעהט מען שוין דעמאלס אסאך כוכבים (נישט נאר ג' כוכבים) א גאנץ יאר נישט נאר ביומי ניסן ותשרי און אויב דער מחבר האלט אז ג' כוכבים איז שוין וודאי לילה ווי מעג מען טוען א מלאכה ער"ש?
און די אלע וואס האלטן 72 זמניות לפי האופק זאגן אז דעס וואס דער מחבר זאגט 58.5 מינוט רעדט זיך ביומי ניסן ותשרי ובארץ ישראל, איז די קשיא לויט יעדן במילא קענסטו נישט ברענגען פון דארט א ראי'
אגב איז דא סתם א קשיא
די הלכה איז אויב איינער איז און מדבר האט נישט קיין זייגער אדער קען נישט קיין הלכות קוק ער אויף די זוהן אויב מוצ"ש זעהט ער ג' כוכבים קטנים מעג ער שוין רייכערן נישט קיין חילוק צו ס'איז 20 אדער 50 אדער 60 מינוט נאך די שקיעה נאר אונז ווייל מיר לערענן מוז מען ווארטן ביז 58 אדער 72?
נשלח ב-28/12/2005 23:45
יוסף נפתלי
מ'דארף נישט אהן קומען צום ערוך השלחן
דער חוות דעת אין זיין ספר דרך חיים זאגט קלאר אז זמן צאת הכוכבים איז 72 אין ביז 58 מינוט מעג מען טוהן א מלאכה.
דער סאטמאר רב האט געהייסען ביים נייעם דרוק פון דרך חיים צושרייבען אז מזאל מחמיר זיין כשיטת הגאו' און נישט טוהן א מלאכה נאכען שקיעה הראשונה ווייל עס איז א ספק דאורייתא.
אבער עס איז כדי צו באמערקען ווען מ'זעהט א פוסק וואס זאגט אז דער זמן פון בין-השמשות איז ג' רביע מיל פאר דעם צאת איז קלאר אז ער האלט ווי ר"ת אבער עס איז אויך קלאר אז ער האלט נישט 72 ! נאר ער האלט לפי האופק, און מרעכנט למפריע 12 און האלב מינוט לפני הצאת לבין השמשות ולפני זה הוא ודאי יום, וזה פשוט.
אבער 72 שוות בכל יום ובכל העולם שוה - נאך דעם שקיעה הראשונה- איז א שיטה וואס איז בעיקר דעם דעת פון דעם דברי חיים און דאס איז שיטתו של בעל דברי יואל ובעל דברי יציב וההתאחדות
אבער רוב פוסקים וואס האלטען ווי ר"ת האלטען נישט אזוי.
נשלח ב-28/12/2005 20:10
ב"ה דזובוי
ענדליך איז שוין דא אין חדשות אנ"ש
א תורהדיגע אטמאספערע
נשלח ב-28/12/2005 16:51
עיין בערה"ש סימן רצ"ג
זאגט ער בפירוש 72 מינוט
נשלח ב-27/12/2005 22:05
וכפי שאמרתי
איך וועל דאס נאך חוקר זיין
אבער אין רצ"ג איז דער פרי מגדים מדגיש חילוקים פון בינונים און קטנים און רצופים אין נאר לגבי שבת מוז מען האבען רצופים אנדערע מאהל איז לפי דעתו גענוג בינונים אפילו לגבי דאורייתא.
סאיז פאר מיר קלאר אז לגבי ערב שבת זאגט ער אז דער זמן פון תוס' שבת איז לפני השקיעה (של ר"ת) דער שיעור פון תוס' שבת לפי חשבון שעות שוות, ג' מיל ורביע מיל.
אבער לגבי מוצאי שבת איז נישט דא לויט איהם א שעה שוה של 72 כן נראה בעליל מדבריו שם בסימן רצ"ג
תוקן על ידי - yohcee718 - 27/12/2005 22:04:40
נשלח ב-27/12/2005 21:42
בעל ויגבע לבו
ויוסף נפתלי
יא גערעכט איז זעה דער פר"מ אין משנה ברורה איך דארף עס נאכקוקען במקורו.
אבער פון רס"א איז נישט קיין ראיה ווייל אויף דעם איז דער משנה ברורה מעורר אז לגבי הדלקת נרות דארף מען מאכען הדלקת נרות ד' מילין "לפני" ה'צאת' און דאס קען אמאהל אויסקומען אויב מ'רעכנט למפרע, נאך "לפני' השקיעה הנראית (וכמו שרבים רוצים להעמיס בשיטת החת"ס)
עס פארענטפערט אבער נישט וואס דער מחבר זאגט שפעטער אין רצ"ג אז לגבי מוצאי שבת דארף מען נאר האבען ג' כוכבים קטנים רצופים וואס דאס איז א סאך מאהל פריער פון 72. און דער משנה ברורה דארט לערנט אז דער מחבר איז מודה אז אויב מ'זעהט 3 כוככבים דארף מען נישט קיין ד' מיל פאר אויס שבת וואס דער פרי מגדים האלט דא ווייס איך נאך נישט
אוודאי כנראה האלט דער פרי מגדים אז א מיל אלע מאהל שוות אבער איך ווייס נישט וואס ער האלט לגבי מוצאי שבת? ועוד חזון
נשלח ב-27/12/2005 20:37
יוסי,
איך האב נישט קיין ספרים דא און דער ארבייט, דער פרמ"ג וואס איך האב דערמאנט האב איך געמיינט און רס"א א"א סק"ו
אין כמדומה לי און ספר תוספת שבת און סימן רס"א לערנט אויך אזוי פשט אין מחבר
מיט דעם ביזטו גערעכט לגבי פסק אדמוה"ז בסידור
און דא האבען די ליטוואקעס נישט גורס געווען דעם פסק פונעם משנ"ב ווייל ר' אהרן ז"ל האט נישט געלאזט רייכענען אין ישיבה פאר 72
נשלח ב-27/12/2005 20:21
שלום שטוב
איך האב יא פארענטפערט ווייל א גאנץ יאר מעג איך מחמיר זיין כשי' היראים אז בין השמשות איז 13.5 מינוט פאר שקיעה ראשונה + תוספות שבת וואס איז כאטש 15 מינוט פאר די שקיעה איז במילא מיין קבלה א קבלה
און זמער איז דאך גוט איז דער פראבלעם נאר ווינטער כסלו טבת שבט אבער לענין חנוכה בחול שטטיט קלאר און משנ"ב צריק לחזור ולהדליק איז נישט דא דער תירוץ ווייל נער לענין מלאכה בשבת איז די קבלת שבת א קבלה
ואה"נ חנוכה וועל איך מיר אויך פאלאזן בדוחק אויפן יראים כמובא בב"ח הנ"ל
יוחי דער משנ"ב רס"א ברענג אראפ שי' הפרמ"ג אז מען רעכנט 72 שוות
יא עס איז אמת אז און בירור הלכה פסקנט דער משנ"ב -ווייל ער איז מחמיר ווי די גאונים בער"ש- אז מען רעכנט זמניות אבער פשטות הטור והשו"ע איז 72 שוות
נשלח ב-27/12/2005 20:05
שלוםשטוב
איך האב נאכגעקוקט און משנה ברורה ווי ער שרייבט קלאר ביי חנוכה רעכנט מען פלג א שעה און א פערטל (75 מינוט) פאר צאת הכוכבים כשי' המג"א נישט פאר די שקיעה כשי' הגר"א און דא איז מקורות
משנ"ב תרע"ב סק"ג מפלג המנחה הוא שעה ורביע קודם צאת הכוכבים וכו' ע"ש (אגב שעה ורביע איז 75 מינוט בימי ניסן ותשרי אבער יעצט טבת איז עס ווייניגער ווייל חשבינן שעות זמניות)
ובשעה"צ אות (ד) ח"א ואם הדליק קודם פלה"מ צריך לכבותה ולחזור ולהדליק
אויך בהל' ער"ש חנוכה סי' תרע"ט משנ"ב סק"ב בעוד היום גדול ודוקא אחר פלג המנחה שהוא שעה ורביע קודם הלילה כמ"ש בריש סי' תרע"ב
ובשה"צ (ד) מ"א ושאר אחרונים
במילא איז א פראבלעם וואס אונז טועהן די וואך
אבער און ב"ח ריש סי תרע"ב ברעגט ער שי, היראים און ער פירט אויס אז וכדאי הוא ר"א ממיץ לסמוך עליו בשעת הדחק און מען קען צידן חנוכה ליכט 15 מינוט פאר די שקיעה כיוון שא"א בענין אחר הייסט עס הכשר מצוה (אזוי שטייט פון תרומת הדשן)
אבער לכוארה לפי' שי' המ"א דארף מען צינדן שעה ורביע זמניות קודם צאת הכוכבים וואס עס איז די וואך בערך 4:36:23 און די שקיעה איז 4:37:36
עס איז דאך אין משנה ברורה אז מ'זאל מחמיר זיין כשיטתם?
און אויך אין משמרת שלום (קוידענאוו)
וגם בשו"ת מנחת אלעזר נעמט אהן בפשטות כשיטת התניא (ורק מחמיר למוצאי שבת אבל למילה (דאורייתא) הוא נוקט כהתניא) וכן הביא שם משמיה דהרב שר שלום מבעלזא שיש להחמיר כשיטת הגאונים
וכן בשו"ת מהרש"ג ועוד ועוד.
ועד שגם בשו"ת דברי יואל כותב שיש להחמיר בערב שבת לשיטת הגאונים "שהרי יש בזה ספק חילול שבת"
יא פון אונפאנג האבען נאר חב"ד חסידים מחמיר געוועהן ערב שבת אבער ווען מ'קוקט אין ספרי הקיצורים שיצאו לאור אחרי התניא זעט מען אז צוביסליך האט זיך פארשפרייט דער מנהג אז מ'דארף מחמיר זיין תיכף אחר השקיעה הראשונה שוהא ספק דאורייתא.
אודאי לפי רוב רובם של הפוסקים מעג מען מאכען א מלאכה נאך דער שקיעה אבער נישט ביז א האלבע שעה. דאס איז א טעות בדעת החתם סופר.
לפי החתם סופר (תשובה פ')און ווי די חוקרים האבען שוין פעסט געשטעלט איז דער זמן מוצאי שבת לפי התשובה הנ"ל בערך 30-40 נאך דער שקיעה הנראית,
ווייל אויב אין מאטערסדארף איז געווען JULY 18 (פר' תרומה תרצ"ג) מוצאי שבת 52 מינוט איז דאס לפי האופק 7.5 מעלות דאמאלס אין ניו יארק איז בין השמשות ספק דאורייתא לפי רוב הפוסקים בערך 20 מינוט נאך דער שקיעה (ווענט זיך לפי היום בהשנה לפי האופק כידוע)
כמעט קיינמאל אין ניו יארק איז דא א האלבע שעה.
איך זאג דאס דא אז עס מיר א פלא ווען רוב רובם פון די פוסקים האלטן אז נאך בערך 40 מינוט אין ניו יארק איז ודאי לילה און איך זעה דער המון דאווענט מנחה.
מיילע אנ"ש סאטמאר וכו' יש להם על מי לסמוך אבער רוב המון האבען זייערע רבי'ס אין זייערע זיידעס געהאלטן אז עס איז שוין לילה לכל דבר. דאס אז מ'האט מקבל געוועהן דעם הזהרה פון התאחדות צו האלטען 72 לגבי שבת, געט איהם נישט קיין שום היתר צו דאווענען מנחה אזוי שפעיט שהוא לילה לכמעט 99% מהפוסקים.
און אזוי ווי איך שרייב לגבי מנחה האט געהאלטן דער פאפא רב זצ"ל וגם בספר ישראל והזמנים כותב ככה.
_______
שלום
ווען האב איך געזאגט אז מ'האט נישט געדאווענט בייטאג?
לפי הגמ' וכל הראשונים והשו"ע איז משמע אז מ'האט געדאווענט פרי מעריב בעוד היום גדול בכל יום ובפרט בשבת.
(עיין בשו"ע אז מ'זאל דאווענען שבועות שפעט פאר "תמימות"
אדער שפעט כדי די ארבע כוסות זאל מען מאכן בלילה ממש.
וכן עוד ועוד ... )
לע"ד דער גאנצער מישמאש אין מנהגים לגבי לילה קומט פון דעם ערפינדונג פון ליכט ביינאכט אויף די גאסען. קודם דער גאז לאמפ נאכער דער עלעקטרישער לאמפעס אויף די גאסען.
אמאל זענען דארפ'ס אידען נישט ארויב שפעיט פון שטוב האט מען געדאווענן פרי מנחה מעריב לפני הפלג כמובא בכמה פוסקים. נאר חסידים ואנשי מעשה האבען געדאווענט בזמנה.
נשלח ב-27/12/2005 17:48
יאסעלע
יוחי איז יא גערעכט, די שיטה פין גר"א אין בעל התניא (ווי אויך דער אבני נזר) האט אנגעהויבען טוישען די מנהג אין אונזערע מקומות - רוסלאנד אונגארין גאליציע פוילין - צו די גאונים.
און לגבי די צווייטע סעיף איז ער אויך גערעכט, מען האט נישט געהאלטען צווי און זיבעציג, וויפיל פארשידענע זאלען וועלען די איינרעדען אנדרעש. עס איז דא אלטע זמנים צעטלעך פין שטעט וואס דארט שטייט בפירוש זמנים אויף ליכט צינדען צו דער שקיעה, און מוצאי שבת פאר צוויי און זיבעציג.
נשלח ב-27/12/2005 16:48
יוחי
---
נאר און דער לעצטע 2 הונדערט יאהר ווען עס איז פארשפרייט געווארן דעתו של הגר"א והתניא האבען ציביסליך א סאך אידען בהרבה מקומות אהן געהויבען מחמיר זיין מהשקיעה הראשונה.
---
200 יאהר, האסט גוט גע'חלומ'ט, עס אז אנאויגעקומענע אומכעלונגענע פשרה וואס די סאטמערער רב האט געוואלט מאכן ולא יצא בידו.
עס איז א דבר פשוט אז די מען קען רואיג מאכן א מלאכה ביז בערך א האלבע שעה נאכן שקיעה ראשונה, בפרט ערב שבת חנוכה
אין לגבי דיין נעקסטע סעיף ביסטו אויכעט נישט אינגאנצען גערעכט!!!
נשלח ב-27/12/2005 09:34
בעל גאוה
די שרייבסט און די שרייבסט אבער די פארענטפערסט נישט.
פארוואס מעג דיין ווייב צינדען ליכט לכבוד שבת פארען פלג, און די ביסט אויך יוצא מיט דעם נרות שבת, ווען די הלכה אין שו"ע איז קלאר אז אויב מען צינד פארען פלג, דארף מען עס איבערצינדען, און לגבי חנוכה וואס די צינדסט און דיין ווייב איז יוצא ווילסטו זיין מער פרום? פארוואס?
דער גר"א עקזיסטירט נאר פאר שבת און נישט פאר חנוכה?
די פוסקים וואס זענען מחלק צווישען שבת און חנוכה, איך האב נישט געזעהן וואס זיי שרייבען, אבער עס איז פשוט גרייזיג, ווייל דער גמרא "ובלבד שלא יקדים ולא יאחר" גייט ארויף הן אויף שבת, און הן אויף חנוכה, און מחלק זיין אז די זמן איז אנדרעש דא ווען ביידע שטייען אין איין גמרא איז לדעתי היבש גרייזיג.
און בעל גאוה, די מישט אויס צווישען גאונים-ר"ת, און מג"א-עולת שבת, דער מחלוקת צו מען רעכענט פין נץ ביז שקיעה, אדער עלות ביז צאת, אין דעם איז דא א סתירה אין משנה ברורה, עיין ותמצא, און אז די האסט נישט אין די ארבעט קוק אינדעהיים, לגבי די גאונים איז די משנה ברורה אויך נישט קלאר מכריע עיין שם.
עס איז מיר אייביג א נחת צו צוזעהן די אינגעלייט וואס שטיפען דאס צינדען פין נר חנוכה ווייל זיי האבען "מורא" פארען פלג, און לגבי נר שבת אגאנץ יאר, וואס איז פונקט אזא חיוב ווי נר חנוכה, און פונקט אזא פראבלעם לגבי די הקדמה, דארט זענען זיי מחמיר! פארוואס?
יוחי אדער יאסי,
עס איז דא היינט רבנים וואס זענען מקיל לגבי הפסק טהרה ביז דרייצען און א האלב מינוט נאך די שקיעה, און איך מיין אז ר' יחזקאל ראטה איז מקיל נאך מער.
און בעל גאוה, לידיעתך, אינדערהיים האבען רוב קהלות און אונגארען און גאליציע געהאלטען די זמן פין ר"ת לפי האופק, דאס הייסט מען האט געטוהן א מלאכה ביז בערך א האלבע שעה נאך די שקיעה (אפשר אביסעל ווייניגער) און געמאכט מוצאי שבת בערך זעכציג מינוט נאך די שקיעה, אדער ווען מען האט געזעהן שטערען.
די מנהג פין 72 איז פין ד"ח און ווייטער (אפשר? איך בין נאך נישט אזוי זיכער), עכ"פ פין סאטמאר רב און קלויזענבערגער רב און ווייטער.
און דאס וואס יוחי שרייבט אז מען האט נישט מקבל שבת געווען פרי, אין ב"ח שטייט בפירוש אז די מנהג פין יראי השם איז מקבל שבת זיין צוויי שעה פאר שבת, וואס דאס איז פאר די פלג פין מג"א. (עס איז אויך א בפירושע רמ"א אין שו"ע אז מען קען מקבל שבת זיין צוויי שעה פאר שבת).
נשלח ב-27/12/2005 06:16
יוסף נפתלי מכל מלמדי השכלתי
אדרבא
ווי איז דער פרי מגדים?
פשטות לשון אין שלחן ערוך האב איך געוויזען איז עס נישט, ווייל פארוואס איז זיך דער מחבר מטריח מיט דעם לאנגען לשון ווען אויסשבת איז.
און אז די קוקסט אין די נושאי כלים במקום פארשטייען זיי אויך נישט אין לשון אז מ'רעדט דא פון 72 שוות בכל מקום.
לדוגמא דער דגול מרבבה (נודע ביהודא) איז מסביר אויפען פלאץ (רצ"ג) אז דער לשון [ג'...] "רצופים" דארף מען האבען יוצא צו זיין תוס' שבת. אויב דער מחבר האט נאר געוואלט 72 שוות וזה הוא, ווי איז דער תוס שבת? און צו וואס דארף ער דעם לשון?
נשלח ב-26/12/2005 23:42
יוסי, דער משנה ברורה קריגט אויפן פרמ"ג
און מיר נעמען אהן ווי די פרמ"ג, אז ר"ת איז 72 מינוט כפשטות לשון המחברץ
בעל_ג
דיין קשיא באדערט מיך שוין יארען און איך טו וואס מיינע עלטערען און רבית טוען, גראדע איז דא אסאך וואס צינדען און טוען מלאכות נאך די שקיעה, איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס זיי זענען נישט חושש לשיטת היראים.