יוסף נפתלי
מ'דארף נישט אהן קומען צום ערוך השלחן
דער חוות דעת אין זיין ספר דרך חיים זאגט קלאר אז זמן צאת הכוכבים איז 72 אין ביז 58 מינוט מעג מען טוהן א מלאכה.
דער סאטמאר רב האט געהייסען ביים נייעם דרוק פון דרך חיים צושרייבען אז מזאל מחמיר זיין כשיטת הגאו' און נישט טוהן א מלאכה נאכען שקיעה הראשונה ווייל עס איז א ספק דאורייתא.
אבער עס איז כדי צו באמערקען ווען מ'זעהט א פוסק וואס זאגט אז דער זמן פון בין-השמשות איז ג' רביע מיל פאר דעם צאת איז קלאר אז ער האלט ווי ר"ת אבער עס איז אויך קלאר אז ער האלט נישט 72 ! נאר ער האלט לפי האופק, און מרעכנט למפריע 12 און האלב מינוט לפני הצאת לבין השמשות ולפני זה הוא ודאי יום, וזה פשוט.
א טייל אחרונים זעהט מען אז זיי האלטן 72 אבער די 72 רעכענט מען אויך למפריע ווייל דער שקיעה הנראית לויט דעם ר"ת מיינט גארנישט. ממילא איז אפילו פאר דער שקיעה אויך שוין דער צייט פון תוס' שבת. (אזוי זעהט אויס האלט דער פרמ"ג)
אבער 72 שוות בכל יום ובכל העולם שוה - נאך דעם שקיעה הראשונה- איז א שיטה וואס איז בעיקר דעם דעת פון דעם דברי חיים און דאס איז שיטתו של בעל דברי יואל ובעל דברי יציב וההתאחדות
אבער רוב פוסקים וואס האלטען ווי ר"ת האלטען נישט אזוי.
 |
|
|