בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צדקה פאר איינעם וואס וויל נישט ארבעטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2005 17:26 לינק ישיר 

וואשטי
איך מיין די האסט פארלוירען דיין סענס אויף יומער!

איך קען וויסען וואס די ווילסט דא?

איז למעשה ווי שטייט אז איינער וואס וויל נישט ארבעטען איז נישט דא קיין מצות צדקה????????

און ווי קומט עירובין אריין???????

מעגסט אמאהל מודה זיין אויך, עס וועט נישט שאטען פאר דיין פאפולאריטי, האט נישט דער רבן של ישראל געזאגט, "מודים" דרבנן היינו שבחייהו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 20:18 לינק ישיר 

שלוםשטוב

1) איינער וואס קען ארבעטן און וויל נישט, ער וויל בעסער לעבן פון פושט יד זיין, איז נישט נאר איין אמת'ער עני נאר א איין עני חולה. די מצווה איז נאך גרעסער, ער האט אוודאי איין עבירה פון מטיל עצמם על הציבור, דאס איז דעם באשעפער'ס חשבונות, איין עני בלייבט ער

2) מיין תגובה איז געוועהן אויף דיינע ווערטער פון נישט בודק זיין בכלל, צוליעב "אהבת ישראל". ביזט אבער גערעכט לגבי דין עני. איין עני הגון אבער נישט.

3) איך בין מודה על האמת סקען זיין אז ס'דא זמנים וואס אמענטש ווערט א סכנה לציבור...

4) מיין תגובה פון הלכות צדקה איז געווען אויף הצלה2005 ווערטער: צו געבן "צדקה" אהן פרעגן שאלות.

5) דער קאמענטאר פון הלכות עירובן איז געווען לזכות וואסאדיף.

6) חנוכה זאגט מען על הנסים - הערט זיך נישט מודים דרבנן.

7) סענס אף יומאר איז געלאפן זוכן די זאפטיגע פעפעדיגע חדשות אנ"ש וואס דשובוי האט געכאפט א פרומעניש אטאק אין ארויס געווארפן, ה' יחלימהו וירפאהו.

8) מיין ניק איז ב-א-ט-ש-י, גראמט זיך מיט האפטשי. וואשתי איז געוועהן א גויעטע

העפי טשאנוקע.

תוקן על ידי - baachi - 29/12/2005 20:18:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 15:49 לינק ישיר 

א נוטן ר' באטשי שליט"א

איך האב הנאה אז די ביסט נאר א יחיד מיט דיין דיעה אין אז די ביסט אליינץ אויפן מארקעט

ביסט טאקע גערעכט אז עס איז דא אזא זאך ווי הלכות צדקה און ס'איז דא הלכות קדימה און דעם (ת"ח משפחה עניי עירך) אבער אז א איד שטרעקט אויס א האנט מיין איך אז עס קומט זיך אים כאטש עפעס (פארשטייט זיך נאר אז מען איז אין די מצב און מ'איז ביכולת צי געבן)
א איד שטרעקט נישט אויס א האנט ווען עס פעלט אים גארנישט אידן זענען ביישנים אין ווען מ'טוט עס איז עס ווייל מען מיז
היינט איז כמעט נישט דא איינער וואס קען זאגן אויף זיך אז "ס'פעלט מיר גארנישט" נאר וואס דען
איינער געט זיך אן עיצה
דער אנדערער האט א משפחה וואס העלפט אים ארויס
אין ביי איינעם זאמעלט זיך אן חובות ביז ער כאפט א "נערוועס ברעיק דאן"
ס'איז נישט גרינג צי טרעפן א נארמאלן ארבעט, א נארמאלן בעל-הבית, רוב בעלי בתים צאלן נישט גענוג אפילו צי צאלן די רענט, נישט אלע ווייבער קענען גיין ארבעטן, אין אפילו די וואס קענען, נישט אלעמאל טרעפט מען, אין אפילו ווען די ווייב ארבעט אין די מאן ארבעט אויך איז עס היינט זייער זייער א שווערע זאך אריבער צי שטופן די חודש גרינגערהייט.
בקיצור איינער וואס שטרעקט אויס א האנט לכאורה קומט זיך אים כאטש עפעס, אין מען איז יוצא מצוות צדקה למהדרין מן המהדרין.
אויף וואס נאך קען א איד אויסגעבן זיין געלט אויב נישט פאר גוטע זאכן אזוי ווי
גראסערי
באטשער
פיש סטאר
שפיל צייג פאר די זוסע קינדערלעך
רענט
שכר לימוד
קליידער
טעלעפאן
סעל
געז
לעקטער
חובות
ספרים
אויל און קנויטן פאר חנוכה
לולב און אתרוג אדער ברעיטער און סכך פאר סוכות
בלימען פאר שבועות
משלוח מנות פורים פאר משפחה מלמדים טיטשערס חברים/ות
טיפס פאר מלמדים מגיד-שיעור טיטשער פרייוועט-מלמד באס-דרייוער חנוכה און פורים
צדקה
תפילין
ציצית
דאקטער
עליות
עולה רגל זיין דריי מאל א יאר צום רבין קיין ארץ ישראל
ועוד ועוד (באטשי אז די ווילסט קענסטו צוענדיגן דעם ליסט)
בקיצור ווי שלעכט קען מען שוין אריין פאלן מיטן געבן אפאר דאלער פאר א איד סויף וועט די געלט אנקומען אין א גוטע פלאץ
באטשי מען דארף וואטשן וואס מען שרייבט, רעדט, טוט, איך גלייב נישט אז די ווילסט אז איין איד זאל זיך צוריק האלטן צי געבן צדקה וועגן דיר.
באטשי איך קען האבן דיין עדרעס איך וויל ארויף קומען צי דיר היינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 22:57 לינק ישיר 

דא איז די אזוי שטארק ערווארטעטע (אבי גערעדט, וועם אינטערעסירט עס? ווער איז נייגעריג?) כלי יקר:

ומכאן תשובה על מקצת עניים בני עמנו המטילים את עצמם על הציבור ואינם רוצים לעסוק בשום מלאכה... כי דבר זה לא צוה ה' כי אם "עזוב תעזוב עמו"... כי העני יעשה כל אשר ימצא בכוחו לעשות, ואם בכל זאת לא תשיג ידו, אז חייב כל איש מישראל לסעדו ולחזקו. (שמות כג, ה)

דער חת"ם סופר רעדט צו א טאטע וואס לייגט זיך אן אויף זיינע קינדער:

כל זמן שיכול להתפרנס ממעשה ידיו לאו כל כמיניה להטיל עצמו על בניו. שו"ת חת"ם סופר יו"ד סי' רכ"ט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צדקה פאר איינעם וואס וויל נישט ארבעטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext