די ערשטע טאג חנוכה לערענט מען עירובין דף פב גלייך אין די ערשטע פאר שורות שטייט די גמרא ואלו הן הפסולין [לעדות] המשחק בקוביא. דאס איז א רמז צו דעם מנהג פון שפילען קוויטלעך אום חנוכה.
משחק בקוביא איז נאר פסול לעדות ווען מען טוט עס זעהר אסאך און מען איז נישט עוסק בישובו של עולם, א כולל יונגערמאן וואס דרייט זיך ליידיג, און ערגער ווי א משחק בקוביא לפרקים. שפילען קוויטלעך לפעמים, איז נישט אסור לויטען שו"ע.