בית פורומים כל העולם כולו

וואס איז דער פראצעדור אין אפעלאט געריכט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2005 21:45 לינק ישיר 

מבני_בניו קעגן יענקל11 שרייבט ער נארמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 21:50 לינק ישיר 

דאנט געט מי ראנג.
איך האלט אז די אהרונים וועלן צום סוך געווינען, אפילו איך קען נישט זאגן קיין דעיט.
אבער סאיז דא וועגן אז זיי זאלן פארלירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 22:31 לינק ישיר 

מבני_בניו

צו עס קען זיין אז די אהרונים וועלן פארלירן, איז דער ענטפער זיכער אז יא, אוודאי איז א מציאות, נאר וויאזוי ווייס איך נישט.

דו דארפסט וויסן א כלל, אמת, די אפעלעט קארט זענען נישט צו געבינדן צו באראש, זיי קענען פסק'ענען על דעת עצמם, אבער קיין FACT FINDING קענען זיי נישט, זיי קענען נישט אנעמען פאר א פאקט א זאך וואס באראש האט נישט אנגענומען, דאס איז א קלארע געזעץ, און אויב ווילסטו א מראה מקום פאר דעם געזץ, דאן בעט און וועל דאס פאסטן.

יעצט לענינינו וואס דו שרייבסט:
1) זיי זאלן זאגן אז דער רבי איז יא בעה"ב, און אז ער האט יא ארויסגעווארפן ר' בערל. זיי זענען מסתם נישט געבונדן צו באראש.

איז אזוי ווי באראש האט דאס נישט אנגענומען פאר א פאקט אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל, קענען זיי דאס נישט אנעמען.

2) דער רבי איז בעה"ב, אבער מווייסט נישט וואס ער האט געזאגט, און זיי שיקן עס צוריק קיין ברוקלין צו דן זיין וואס דער רבי האט גזאגט. אויב דער רבי איז בעה"ב, איז עלעקשאנס נאר א געים.

מעגלעך, און לדעתי א 20% טשענס, און דאס איז א קליין שטיקל געווינס פאר די זאלונים, ווייל צייט איז אויף זייער זייט, אבער ס'איז שווער צוגלייבן אז זיי זאלן אנעמען אז מען מאכט וואלן נאר אלץ א געים,

3) דער רבי איז נישט בעה"ב, אבער יענקל כהנא איז געווען קא פרעזידענט, און זיינע עלעקשאנס זענען בעסערע עלעקשאנס ווייל ער האט געהאט מאשינען אד"ג.

אבסעלאט אומעגליך, אויב איז דער רבי נישט בעל הבית, איז רבי בערל פריעדמאן בעל הבית, און יאנקל כהנא'ס עלעקשאנס מיט זיינע מאשינען איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן.

4) דער רבי איז נישט בעה"ב, און אלע איבעריגע מאושאנס ווערן אראפגעשיקט קיין ברוקלין.


נאכאמאל, אז דער רבי איז נישט בעל הבית, דאן איז ר' בערל בעל הבית, און אלע מאושענ'ס ווערן בטול ומבוטל.


5) דער רבי איז בעה"ב, אבער מווייסט נישט וואס ער האט געזאגט, און סטאטוסקווא מינט יא יענקל כהנא, און ביז סווערט נישט קלאר איז יענקל פרעזידענט.


די זעלבע זאך ווי נומבער 2, נאר זיי קענען צוריק שיקן צום נידעריגן קארט פאר די FACT FINDING, און ביזדערווייל זאל יאנקל כהנא פירן די DAY TO DAY OPERATIONS, און דאן קומט ד פארמאסי רעקארדס אריין אין די געים.

ווילי_חסיד, שפאר דין איין צוריק צו שרייבן, ווייל איך ווייס וויאזוי דו מיט דיין מח קטן גייסט מיך אפווענדן,
יענקעלע רעדט זיך איין אז ער ווייסט...
דער דאזיגער נארישער סטעטמענט איז גילטיג אפצווענדן, טאמער האסטו נישט בעסערס וואס צו ענטפערן, קיין נארמאלן דיסקאשן קען מען עניוועי נישט האבן מיט א ווילי חסיד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2005 09:19 לינק ישיר 

יענקעלע.

איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס אין לאו ווי דו, איך קען נאר זאגן וואס איך טראכט.
מראי מקומס איז גוט פאר יעדע זאך, און אודאי ביי א זאך וואס מקריגט זיך.
1) איך שטעל מיך פאר, אז אפילו אויב געווענטליך מאכן זיי נישט קיין פעקט פיינדינג, מעגן זיי עס אבער טון, און סינס דעס איז נאר א אפשען, "קען" זיין אז זיי זאלן עס יא זאגן.
2) אויב האב איך גוט פארשטאנען באראשס פסק, דעמלאטס האט ער שוין געזאגט אז וואלן איז נאר א געים. סאו סאיז נישט אזוי נישט מעגליך.
3) פאקטיש האט יענקל כהנא געשריבן אין קאורט אז ער איז געווען א "קא" פרעזידענט, און באראש האט עס קיינמאל נישט אפגעווארפן. סאו סקען יא זיין אז זיינע עלעקשאנס זענען געווען גוטע. איך בין טאקע מסופק וואס טוט זיך ווען צוויי קא פרעזידענטס מאכן עלעקשאנס, אדרבא, אפשר ברענגסטו מיר א ענטפער.
4) דו זאגסט אליין אז אפעלאט מאכט נישט פעקט פיינדינג, סאו אז באראש האט ארויסגעווארפון אלע מאושאנס ווייל דער רבי איז בעה"ב, און זיי זאגן אז דער רבי איז נישט, קומען צוריק אלע מאושאנס. די זלאיס האבן געהאט נאך טענות אויסער דעס אז דער רבי איז בעה"ב, און יענע טענות זענען פעקט פיינדינג וואס זיי שיקן צוריק אראפ געווענטליך.
5) זיי קענען זאגן אז די אהרונים זענען המוציא מחבירו, ווייל זיי האלטן יעצט אז סטאטוסקווא מיינט יענקל, און די אהרונים וועלן מוזן אנהייבן א פרישע קעיס אין ברוקלין, וואס דו ווייסט אויך אז דארט קוקט מען אויף אלעס חוץ טענות (און אויב סאיז שוין יא געווען א זשאונס, גייט ער אויך ווערן אדמיניסטרעטיוו...).
סאיז נאר אינטערעסאנט, אויב די זאליס גייען אפילען ראזענוואסער, און אינמיטן גייט די אפיעל קאורט זאגן אז סטאטוסקווא מיינט יא יענקל כהנא, צו גייט ראזענוואסער נאכאמאל קענען זאגן אז ער וויל אריינגיין צום רבי'ן?
און וואס טוט זיך אויב די אפיעל זאגט אז די נידריגע קאורט זאל מברר זיין, און די זאליס זאגן אז זיי לאזן נישט אריין צום רבי'ן? סאיז דא אזא מציאות בכלל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 17:54 לינק ישיר 

אויב ווערט באראש דעסישאן רעווערסט אין אפילס קוארט, מיינט דאס אויטאמאטיש אז ר' בערל פרידמאן איז פרעזידענט, אדער מען גייט צוריק צו דער אלף ווי מ'האט געהאלטן 5 יאר צוריק,

אויב גייט דאס צוריק איז דא א מעגליכקייט צוריק באקומען די מוסדות אויך,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 18:57 לינק ישיר 

מבני_בניו

קודם כל א קארעקשאן, די אפעלעט קארט האט "יא" די מאכט צו באשליסן א FACT FINDING, אבער עס איז זייער זייער זעלטן ווען זיי ניצן דאס, ווייל דער ארגינעלער מכוון פון גרינדן די אפעלעט קארט איז נאר צו פארעכטן טעותים אין געזעץ פונעם נידעריגן קארט, על כן למעשה טוישט עס כמעט נישט מיינע אבזערוואציעס,

למעשה האלטן די לויערס מיט וועם איך רעדט כסדר אדורך דעם קעיס, אז באראש'ס פסק איז בניגוד צום נ"י סטעיט געזעץ, און ס'איז א גיטער טשענס אז זיי זאלן רעווערסן דעם פאקט אז דער רבי איז בעל הבית, טאמער בלייבט עס אז דער רבי איז בעל הבית, דאן וועלן זיי אדער צוריק שיקן צום נידעריגן געריכט צו צוענדיגן די פיינדינגס, אדער זיי וועלן אליין צו פינישן דעם פסק,

למעשה איז זייער שווער צוגלייבן אז זיי וועלן אנעמען אז דער רבי האט ארויס געווארפן ר' בערל, נאכדעם ווי באראש אליין האט דאס נישט געוואלט אנעמען טראץ דעם לאנגן פארשלעפטן טרייעל, און ס'איז קלאר אז באראש האט דאס זייער שטארק יא געוואלט אנעמען וייל ער איז דאך קלאר געווען נוטה צו די זאלונים, און עם כל זה איז עם די עווידענץ נישט גענוג גיט געווען און ער האט זיך נישט געטרויט דאס צו באשליסן, נו, פארוואס זאלן דאס די אפעלעט ריכטער יא וועלן באשליסן, איבערהויפט אז די אפעלעט פסק ווערט געשריבן זייער קלאר מיט פילע סברות און מראה מקומעות, זיי זענען מסביר יעדע באשלוס אויף וואס א סמך זיי האבן אזוי געפסקעט, נו, איז זייער שווער צוגלייבן אז זיי וועלן סתם אזוי פסקענען, אבער נאכאמאל אלעס איז מעגליך.

1) איך שטעל מיך פאר, אז אפילו אויב געווענטליך מאכן זיי נישט קיין פעקט פיינדינג, מעגן זיי עס אבער טון, און סינס דעס איז נאר א אפשען, "קען" זיין אז זיי זאלן עס יא זאגן.
מעגלעך, אבער UNLIKELY/

2) אויב האב איך גוט פארשטאנען באראשס פסק, דעמלאטס האט ער שוין געזאגט אז וואלן איז נאר א געים. סאו סאיז נישט אזוי נישט מעגליך.
ער האט דאס נישט בפירוש ארויס געזאגט, ווייל עס קיקט אויס נאריש אזוי צו זאגן, אבער עס איז פארט אזוי משמע פון זיין פסק.

3) פאקטיש האט יענקל כהנא געשריבן אין קאורט אז ער איז געווען א "קא" פרעזידענט, און באראש האט עס קיינמאל נישט אפגעווארפן. סאו סקען יא זיין אז זיינע עלעקשאנס זענען געווען גוטע. איך בין טאקע מסופק וואס טוט זיך ווען צוויי קא פרעזידענטס מאכן עלעקשאנס, אדרבא, אפשר ברענגסטו מיר א ענטפער.
וואס די צדדים זאגן און שרייבן פארן קארט מיינט גארנישט, אפילו וואס דער דזשאדזש שרייבט אין זיין פסק אז די צדדים טענה'ען מיינט גארנישט, דער עיקר אין א פסק איז די לעצטע צוויי שטיקלעך, איינס וואס הייסט
Finding of facts, אדער Conclusion, וואס באראש האט אינגאנצן אויסגעלאזט, און דערנאך דער Decision, וואס איז זיין פסק
,


4) דו זאגסט אליין אז אפעלאט מאכט נישט פעקט פיינדינג, סאו אז באראש האט ארויסגעווארפון אלע מאושאנס ווייל דער רבי איז בעה"ב, און זיי זאגן אז דער רבי איז נישט, קומען צוריק אלע מאושאנס. די זלאיס האבן געהאט נאך טענות אויסער דעס אז דער רבי איז בעה"ב, און יענע טענות זענען פעקט פיינדינג וואס זיי שיקן צוריק אראפ געווענטליך.
נאכאמאל, אויב איז דער רבי נישט בעל הבית ווער לכאורה אלע מוישענס בטול, ווייל עס איז מער נישט נוגע,

5) זיי קענען זאגן אז די אהרונים זענען המוציא מחבירו, ווייל זיי האלטן יעצט אז סטאטוסקווא מיינט יענקל, און די אהרונים וועלן מוזן אנהייבן א פרישע קעיס אין ברוקלין, וואס דו ווייסט אויך אז דארט קוקט מען אויף אלעס חוץ טענות (און אויב סאיז שוין יא געווען א זשאונס, גייט ער אויך ווערן אדמיניסטרעטיוו...).
סאיז נאר אינטערעסאנט, אויב די זאליס גייען אפילען ראזענוואסער, און אינמיטן גייט די אפיעל קאורט זאגן אז סטאטוסקווא מיינט יא יענקל כהנא, צו גייט ראזענוואסער נאכאמאל קענען זאגן אז ער וויל אריינגיין צום רבי'ן?
און וואס טוט זיך אויב די אפיעל זאגט אז די נידריגע קאורט זאל מברר זיין, און די זאליס זאגן אז זיי לאזן נישט אריין צום רבי'ן? סאיז דא אזא מציאות בכלל?

באראש אין זיין דעסישאן, האט נישט געאורטיילט אז דער רבי האט טאקע ארויס געווארפן ר' בערל, און האט נישט געאורטיילט אז יאנקל כהנא איז פרעזידענט, אפילו די סטאטאס-קווא האט ער אויך נישט געגעבן אויף די פרעזידענסי, נאר אויף די DAY TO DAY OPERATION, כאטש די זאלונים פרובירן כסדר אזוי צו לערנען פשט, עם כל זה האט דאס רויזענוואסער נישט אנגענומען, און מסתמה וועלן די אפעלעט ריכטער עס אויך נישט אנעמען, ווייל אויב ליינט מען באראש'ס פסק, זעט מען קלאר אז די זאלונים לערנען פאלטש פשט, און לייגן צו זייער אינטערעס צו באראשס פסק מיט זאכן וואס שטייט בכלל נישט דארט,

Conclusion: די אהרונים האפן אז דער אפעלעט קארט וועט רעווערסן דעם באראש דיסיזשאן, און פסקענען אז דער רבי איז נישט בעל הבית, במילא בלייב ר' בערל פרעזידענט, און אלע אנדערע טענות זענען MUTE,
און די זאלונים האפן אז: אדער וועלן די אפעלעט ריכטער נאר באשטעטיגן דעם באראש דעסיזשאן, אז דער רבי איז בעל הבית, און לאזן די אנדערע פראגעס ווייטער הענגען,
UNLIKELY, ווייל דער אפעלעט פרובירט קלאר צו מאכן א פארנעפלטן פסק, און נישט לאזן אפן א קאמפליצירטן פסק,
אדער גאר אז דער אפעלעט וועט יא אויספירן אז דער רבי איז בעל הבית, און אז דער רבי האט יא ארויס געווארפן ר' בערל פריעדמאן, און אז יאנקל כהנא איז פרעזידענט ווייל אזוי וויל דער רבי, נאכמער UNLIKELY,
אדער, אז זיי זאלן דאס צוריק שוקן צום נידעריגן געריכט און אנהייבן פון די אלף,
וואס אויף דעם האבן די זאלונים די בעסטע טשענס, און דאס וועט זיין א געוואלדיגער מאראלישער פראסק פאר די אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 05:50 לינק ישיר 

איך האלט אז ביזט גערעכט וועגן באראש'ס פסק, לויט זיינע ווערטער איז די גאנצע קארפארעישאן לאו א זשאוק, וואס איך גלייב נישט אז עס זאל קענען בלייבן.
אבער די גאנצע דיבעיט איז נאר צו זען אויב סאיז דא א וועג אז די אהרונים זאלן פארלירן, און אויף דעם מיין איך אז אלעס האב איך גוט געשריבן.
וואס דו זאגסט וועגן ארויסווארפן ר' בערל, בין איך נשיט מודה, ווייל קען זיין אז ווען באראש וואלט נישט געהאט קיין ברירה וואלט ער טאקע יא געזאגט אז דער רבי האט אים ארויסגעווארפן, נאר ער האט געהאלטן אז ער מוז עס נישט טון ווייל ער האט א בעסערע וועג ארויס (אפילו יענץ איז סאך נארישער).
1) UNLIKELY, ביזטו גערעכט, אבער אלעס וואס איך שרייב איז נאר טעארי.
2) סקען זיין אז סקוקט אויס נאריש, אבער איך מיין אז סאיז סאך נארישער צו זאגן אז "מלמד" מיינט א "אריטמעטיק טיטשער"...
3) סאיז אמת אז וואס יענקל כהנא זאגט איז קיינעם נישט "מחייב", אבער סאיז א אופשען, און זיי קענען אננעמען זיינע ווערטער אז ער איז געווען א קא פרעזידענט.
4) דא פארשטיי איך שוין אינגאנצן נישט דיינע ווערטער. באראש האט געהאט פאר זיך דריי (? פיר) מאושאנ'ס, און ער האט אלעס ארויסגעווארפן מיטן טענה אז דער רבי איז בעה"ב, סאו אויב איז דער רבי נישט בעה"ב, שווימען צוריק אויף אלע מאושאנ'ס, נישט אזוי?
5) שטאטלעך. לויט ווי איך האב פארשטאנען, טענהן די זאליס אז סטאטוטסקווא מיינט אז דער וואס האט די דעי טו דעי אפערעישאנס ער איז די פרעזידענט. די אהרונים און ראזענוואסער טענהן, אז דעי טו דעי אפערעישאנס מיינט נישט סטאטוסקווא, און סטאטוסקווא מיינט ווער סאיז די פרעזידענט, וואס דעס האט גארנישט מיט דעי טו דעי. יעצט אויב די אפיעל גייט זאגן אז סטאטוסקווא מיינט יא דעי טו דעי, און דער וואס איז ביז יעצט דעי טו דעי, יענקל כהנא, ער איז פרעזידענט, דעמאלטס גייען די זאליס בלייבן דערווייל פרעזידענט.
CONCLUSION: איך צוזאמען מיט אלע אהרונים האפן און בעטען אז דער אייבערשטער וועט פירן אלעס צום בעסטן, און אז מיר זאלן שוין יעצט באפרייט ווערן פון משה גבאי און זלמן לייב, בקרוב ממש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2006 02:00 לינק ישיר 

פון חדשות אנש
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1696386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2006 22:42 לינק ישיר 

די זאליס פארקויפן און זייער פורום אז עפעס קימט דא האט איר וואס זיי פארקויפן
4:19 נשלח ב 9/1/2006 zalishor)

big bomb going to explode within the next 2 days. hold your
(breath... i will keep you all posted.
קען מען וויסען פארדעם??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס איז דער פראצעדור אין אפעלאט געריכט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.