בית פורומים כל העולם כולו

כחו של JEWBOY: נייע געבוירענע ניקס...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2005 18:46 לינק ישיר 
כחו של JEWBOY: נייע געבוירענע ניקס...

ווי גרויס איז דער כח פונעם באליבטן מנהל הפורום חדשות אנש, דער באקאנטער JEWBOY, וואס אין די קורצע צייט זינט ער האט פארשלאסן זיין פורום חדשות אנש פאר סאטמאר פאליטיק, זענען שוין געבוירן געווארן צוואנציג נייע שרייבערס!

לויט וויאזוי איך קוק פונדרויסן האט זיך אויסגעשטעלט צוויי פורמים פאר סאטמאר פאליטיק.
איין פורום: חדשות אנש סאטמאר

דער אנדערער פורום: כל העולם כולו

ביידע האבן מעלות און חסרונות. לא ראי זה כראי זה הצד השוה שבהן ש...

וואס כ'באמערק נאר, אז פון די אלטע זאפטיגע שרייבערס אין חדשות אנ"ש האבן זיך ווייניג אריבערגעפעקלט צו די נייע פורמים. אנשטאט זענען אויפגעשטאנען א ים פון נייע ניק'ס, ב"ה וידגו לרוב, כלל ישראל איז נתרבה געווארן און סאטמאר האט שוין נאך מעמבערס אין די קהילה.

אויפ'ן אויבערפלעכליכן בליק זעט מיר אויס ווי ס'רוב זאלונישע שרייבער זענען יא אריבער צום נייעם אנאנמישן פורום "חדשות אנ"ש סאטמאר", וואס מ'טאפט אין די פינסטער דערווייל ווער עס פירט אויס. אבער פון די אלטע אהרונישע שרייבערס זעט מען זייער ווינציג - אויך נישט אין פורום כל העולם כולו וואס ווערט געפירט דורך אהרונישע מנהלים.

איך זע שוין לערך 20 נייע ניקס אין ביידע פורמים, וואס זענען געבוירן געווארן אין די לעצטע וואכן זייט חדשות אנש האט אפגעשטעלט דעם פלייץ פון סאטמארער לשון הרע'ס. וועט מען זיך דארפן צוגעוויינען צו א נייע סטייל פון שרייבערס.

דא איז די ליסטע פון די נייע שרייבערס לויט וויאזוי כ'האב אויפגעפאסט:

חדשות אנש סאטמאר

Xyzzyx
אנשדסאטמאר
האסטרעכט
טשאלענט
Bnayyoel
lipa2006
עכטער_חסיד
אלעסליגענט
שיכטן
money235

כל העולם כולו
אלעסאמת
allgood1s
נאר_פריילך
שלמההמלך
פנחס_מיילך
מקור1האמת
שפיטצער06
מבני_בניו
שמח_תשמח




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 07:17 לינק ישיר 

שלום משה,

נאכאמאל

דאס איז מיין איינציגע ניק, איך האב קיינמאל נישט געהאט אן אנדערע ניק.

און אלעסאמת ס'איז אמת,

אז דאס איז מיין איינציגע ניק, איך האב קיינמאל נישט געהאט אן אנדערע ניק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 20:46 לינק ישיר 

כדי להסביר את האוזן, וועל איך מסביר זיין פארן עולם וואס דא איז פארגעקימען,

ער האט פריער געשריבען מיט א נייע ניק א תגובה, ווי ער מאכט א פנים פין א מועד, אין שטויסט ווי א תם,
אט דא איז די לינק

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1735879

אין היות דארט האט מען אים גענפערט אז דא איז נאר דא אלטע שרייבערס,אלטע ניקים,
איז ער געגאנגען אין געפענט די אשכול ווי ער ווייזט אז ביי ביידע איז דא 10 נייע ניקים,
נאכדעם וואס מען האט דא אויפגעוויזן אז דארט איז דא 25 נייע ניקים אין דא איז דא 8 נייע ניקים
האט ער זיך באליידיגט אז מען מאכט גילי{עס פאלט אים נישט איין אז ער האט עס אליין געטיען..}

עס איז נאר צי לאכן צי זען, ווי אזוי ער שרייבט ווי א בת היענה די פאלגענדע ווערטער

אויפ'ן אויבערפלעכליכן בליק זעט מיר אויס ווי ס'רוב זאלונישע שרייבער זענען יא אריבער צום נייעם אנאנמישן פורום "חדשות אנ"ש סאטמאר", וואס מ'טאפט אין די פינסטער דערווייל ווער עס פירט אויס.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 20:32 לינק ישיר 

ווער עס דמיונ'ט אז איך בין דער ניק שלמההמלך זאל אים וואויל באקומען.

איך האב נישט געשריבן מיט קיין אנדערן ניק אויף דעם פורום און נישט אויף אנדערע פורמים און כ'שרייב בכלל זייער ווייניג, בפרט ביי די סאטמארער נארישקייטן און לשון הרע'ס.

איך האב סתם געוואלט שרייבן דא א פוינט און אביסל אויפלעבן דעם פורום. כ'האב די נקודה וועגן די נייע ניקס געשריבן אין ביידע פורמים. אין חדשות אנש דסאטמאר האט מען מיך באגריסט און דא - וואו עס איז אפיציעל דא א תקנה קעגן גילוי - האט מען מיך דערפאר אראפגעריסן און פרובירט זאגן אז איך בין דער און יענער.

להוי ידוע. ענק קענען אייך קריגן ווייטער און חקר'ן מיט גילוי ווער איך בין. איך וועל מער נישט מגיב זיין דא בלי נדר. ייש"כ פארן מנהל פארן געבן אישור כתיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 19:13 לינק ישיר 

שלום משה
איך האב גהאט די זעלבע מחשבה אז

"חלילה וחס" איז "שלמה המלך"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 19:07 לינק ישיר 

בדי צי געבן א מער פינקטליכער רשימה אויף די ניקס שרייב איך עס איבער

אבער קודם יישר כח "חלילה וחס" פאר דיין תגובה, ווייל יעצט ווייס איך שוין ווער עס איז "שלמה המלך" כ'האב הנאה אז די האסט עס קלאר געשטעלט

דא איז די פינקטליכע ליסט

חדשות אנשדסאטמער

Xyzzyx
אנשדסאטמאר
האסטרעכט
טשאלענט
Bnayyoel
lipa2006
עכטער_חסיד
אלעסליגענט
שיכטן
money235
פינטשיק
ווילי יונג
אידיש קינד-תחיות המתים
בן גאלד
BNEYOEL
שלמה המלך
allgood1s
יכנה18
כאחל
עקשטיין-תחיות המתים
מבני בניו
צאנז_קארט-תחיות המתים
נאר פרייליך
דידןנצח
היסטאריקער


כל העולם כולו

allgood1s
נאר_פריילך
פנחס_מיילך
מקור1האמת
שפיטצער06
מבני_בניו
שמח_תשמח

חלילה וחס די ניקס וואס איז מיט רויט האסטע פארזען פאר עפעס א סיבה
תלילה וחס,מיין קאפ טיט שוין וויי פין די שטותים וואס כ'האב ציזאם געליינט אין דיין פורום צי זען צי זאגסט אמת,
פין דא אין ווייטער זיי מוחל פאררעכט דיר אליינס,איך גיי מער נישט נאכקיקען !!
איך האב געטראפן נאך 15 נייע, גיי קיק וויפיל נאך עס איז דא



תוקן על ידי - שלום_משה - 27/12/2005 19:42:12



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 18:58 לינק ישיר 

שקר איך בין שוין אן אלטע ניק איך האב שוין גשריבן אויף חדשות אנש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כחו של JEWBOY: נייע געבוירענע ניקס...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext