בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וואס פאר א "וועלט" איז דאס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2005 19:18 לינק ישיר 
וואס פאר א "וועלט" איז דאס?

דעם שבת איז מיר אנגעקומען א נייער בלעטל אויף די פאסט, מיטן נאמען "די וועלט", ארויסגעגעבן דורך הרב אלימלך לייפער.

עס איז שיין דעזיינט, אבער מיר איז זייער אינטערעסאנט ווי אזוי ער ערלויבט זיך צו בעטן אזא געפעפערטן פרייז פון פינף און זיבעציג דאלער פאר צוועלף שטיק? (עס קומט ארויס חודש'לעך)

שרייבטס נישט אז איך מוז עס נישט קויפן, ווייל איך וואלט עס נישט געקויפט אפי' פאר צען דאלער א חודש, אבער עפעס א ביזנעס סיבה דארף ער דאך האבן.

שפעטער וועל איך שרייבן מער וועגן דעם, אוןזיינע פערל ווערטער פון די שיטה הק' וואס ער וויל דורך דעם פארשפרייטן...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 19:58 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז אין בארא פארק קען מען עס נישט באקומען אין די געשעפטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2006 17:02 לינק ישיר 

באקומען אין תיבה אישית:

זעט אויס אז "לעצטע" האט א אנדערע באדייט ביי מיילעך לייפער, און דעם חודש גייט מען נאכאמאל באקומען דעם אויסגאבע וואס וועט זיין אביסל קלענער אין סייז און אויף טייערע פעפער.

דאס גייט שוין זיין די "לעצטע"... אויסגאבע וואס מען וועט באקומען אויף די פאסט בחינם. ווער ס'וויל עס נאך באקומען אויף די פאסט וועט דארפן צאלן דעם פרייז אדער עס קויפן אין די גראסערי'ס.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2006 15:01 לינק ישיר 

שפעטער האב איך יא געטראפן דעם המשך.. אבער משנה שנשנית לא זזה ממקומה..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2006 05:30 לינק ישיר 

איך האב צוויי קריטיק'ס (דערווייל) אויף די נייע - מסתמא די לעצטע - "וועלט" פון טבת תשס"ו:

1) איך האלט אינמיטן ליינען די שפאנענדע מעשה פון דאס לעבן און שאפן פון הרה"ק רבי יוחנן פערלאוו זי"ע דער לעצטער רבי פון די הייליגע קארלינער דינאסטיע, אנקומענדיג אונטן פונעם בלעטל, האלטנדיג זיך דעם אטעם פון די מעשה וואס וואס דער געטרייער גבאי ר' ליפא מרגליות האט דערציילט וואס האט פאסירט ווען דער רבי האט גערופן זיין זוהן דעם לאיער... פלוצלינג ברררררררר ס'האט נישט קיין פארזעצונג ... איך זוך און נישטער אויף אלע בלעטלעך, אבער אין קול ואין עונה, די מעשה האט נישט קיין המשך?

2) אויף בלעטל טז ביי די ארטיקל פון אידן שטייט אויף לעבודת הבורא, שרייבט דער שרייבער "להחליף הפונט בציטוט ובסוף הסעיף"... און דער טייפסעטער האט דאס ווייזט אויס פארגעסן ארויסצונעמען.

ווען דאס וואלט פאסירט ביי א איינגעפעדעמטע אויסגאבע וואס האט שוין א נאכפאלגערשאפט פון טויזענט, מילא, החרשתי, אבער וואו קומט דאס אזאנס אז א אינגע ביימעלע קוים צוויי מאל ארויסגעקומען זאל שוין האבן אזויפיל חסרונות???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2006 18:39 לינק ישיר 

מבינים זאגן אז געלט מאכט ער פון רבי ז"ל אידן וואס שטיצן אים מיט א ברייטע האנט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2006 18:25 לינק ישיר 

עס איז דא מענטשען וואס קויפען יעדע צייטונג נישט קוקענדיג אויפן פרייז.

קען זיין אז ער האלט אז ממילא קען ער נישט פארקויפען פאר א גרויסער ציבור בעט ער פון זיינע פאר ליינער א שטארקע פרייז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2006 22:02 לינק ישיר 

איך האב באקומען נאר איין אויסגאבע וואס דאס איז לכאורה די ערשטע אויסגאבע, איך האב דאס דורכגעליינט פון דעקל צו דעקל, און איך קריך נישט ארויס וואס דער מחבר וויל פונקט פון דעם ציבור. ער שרייבט זייער עמאציענאל, איבער אלטע פאסירונגען, אבער עפעס וויל ער וואס איך קען נישט זיך דערוויסן וואס האט איהם געשטופט דאס צו טוהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2006 21:42 לינק ישיר 

הרב דיפלמאט מיין שוואגער האט מיר עס פינקט געוויזן. ער מאכט א שיינע הערליכע אינטעליגענטע ארבעט. אבער, צו קויפן. פארוואס? איך ווייסט נישט וואס דער הרב לייפער טראכט? ער מיינט אז ער איז די "וואל סט. זשורנאל" וואס מ'מוז אים האבן? פארוואס טראכט ער אז איינער זאל ארויסנעמען 75 דאלער און אים צאלן. עס איז אינטרעסאנט פאר ערוואקסענע צו לייענען, אבער פאר די קינדער איז עס נישט אינטרעסאנט. און דאס איז זיין בראך. פאר די קינדער וואלט איך אפשר געסעפענד די געלט, אויב זיי וואלטן געוואלט, אבער סתם אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2006 21:15 לינק ישיר 

"הרב" לייפער האט מיר נאכאמאל באגליקט, און נעכטן האב איך באקומען דעם צווייטן אויסגאבע. און איך מוז זאגן אז איך מיין אז איך גיי עס שוין ארדערן, ער איז דארט מלא וגדוש, האקט אריין ווי ער קען נאר, אנגעהויבן ביי ליפא'ס טעיפ, און ווייטער קעגן 'דער איד' וכולי וכולי, איך האב נאכנישט אויספיעט אים געהעריג צו ליינען, אבער ער דערמאנט מיר פון געוויסע פורומים נאר מיט געוויסע בעסערע לשונות. שפעטערדיגע אנאליזן וועט נאכקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 05:48 לינק ישיר 

הרב לייפער איז א מורא'דיגער איש מושלם. אויב גיט ער ארויס אן אויסגאבע איז עס נישט פאר געלט און ביזנעס סיבות. פשוט ער זוכט וואו צו אויסנוצן זיינע כשרונות...

לכאורה וועט ער דערויף דערלייגן די הויזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 03:00 לינק ישיר 

זעהט אויס אז זיי האבן א "געקליבענע" ליסטע, און נאר דיפלאמאטן וכדומה באקומען דאס... ווייל איך האב דאס (ב"ה) נישט באקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2005 01:52 לינק ישיר 

סליחה

איך האב געמיינט צען דאלער א יאר...

טעות לעולם חוזר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 01:43 לינק ישיר 

אנטשולדיגט אבער איך װייס נישט װאס דער ״אפילו״ (10 א חודש) איז 75 דאללער איז היבש בילגער װיא 10 דאללער א שטיק
(עס קומט אויס צו װייניגער װיא 7 דאללער, און טאמער די רעכנסט נאך צו די פּאסט קאסטען, קענסט די עס רעכענען פאר בערך 5/6 דאללער ס״ה)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 00:04 לינק ישיר 

איך האב עס נישט געזען, אבער למעשה נעמען אלע מאגאזינען נישט ביליגער.

למשל מעלות, דער שטערן, דער פלאם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וואס פאר א "וועלט" איז דאס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext