בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווייזט אייער שרייבערישע טאלאנט...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2005 19:29 לינק ישיר 
ווייזט אייער שרייבערישע טאלאנט...

טייערע יודן, גלייבט מיר ס'ביטער.


ווי זאל איך אנהייבן? און וועט איר דען פארשטיין? און גיי איך דען נישט אקעגן אלעס וואס איך האלט, אין אלעס וואס איך פראביר ארויסצוגעבן אין ארויסקנאקן פון מיין מוח, איז וואס'זשע טוה איך אלזא? איך שטופ עס אריין צו אייך אונעם קדקוד......אינטערן קרקפתא.......

נו. אז מזיץ מיר שוין יא ..נא לאמיר גיין אויף א שפאציר אינעם מוח גארטן פון איינעם א גאר א היימישן עס קען גאר זיין אז איז דאס יעך? מעך? זעך? אדער גאר .....דעך...........

נא געגאנגן.
וואו הייב מיר אן? ווי פאלן מיר אריין ביין אים?
וועלכע יארגאנג? הא?
הממממ, אלעס זעט אויס אייניג....הממממ כ'בין זיכער אז אפילו אלעס האט דעם זעלבן אויסקוק גארנישט קוקט נישט אויס אז ס'טוישט זיך...אבער מיר זעמיר נישט קא'נאראנים, אין מ'גלייב מיר דאך אין מאמרי חז"ל אויך ..פאר א קניפ אריבער.. מ'שטיינס געזאגט "נפש אחת...עולם מלא..." יעדער מענטשעלע איז דאך ווי א אייגענע וועלט , מיט הינטערשטעגלאך, פוסטע פעלדער באוואוינטע שטעט ,בלאסע טרוקענע מדבריות....שיינע טונקעלע בליטשענדיגע לוסט פלעצער....בריקעלעך קאן און פין ....ווי אויך אונזערע אלעמען באקאנטע ,ווי וואלט מען געקענט פארגעסן, פייגעלעך...

לאמיר אריינקריכן ביי די 25 יונגערמאן מיט א אויסגעקראכענעם דזשאב, האלב טויטן שלום בית,ווייסט נישט צו ער גלייכט די קינדער אדער האט זיי פיינט ווייל "זיי" האלטן אים געבינדן.....

נא, אפשר ביי די 38 ? קינדער שידוכים יארן הא הא ... ווי שטיי איך אויף די ליסטע ? היינט מארגן גיי יעך זיין ביי מענטשן אין די פיסקעס... די זעלבע מענטשן פאר וועם איך האב מקריב געווען מיין יוגענט אין אנגעברענגט א לעבן.. וואס זאג איך? "א" לעבן? מיין לעבן מיין אייגן פארזשאלעוועט לעבן.. אוי ....אוי... הא הא.....קוק נאר ..איך לאך...דאס רופט מען לעבן וויאזוי 'עלל איך עס רופן 10 יאר ארום?

נעע, 19 מיט די שוואכע חבריתות און אנגעזעצטע נישט אויסגעניצטע בחורישע יארן?

אפשר ביי די 8 ? כיתה ד'..... אוי א בראך ... מ'נעמט מיך נישט אריין אין די געים ווייל איך בין נישט גענוג "קיל" איך טשעפע נישט די רחמנות יונגעל ביי לאנטש...בלית ברירה 'עלל איך מאכן אזוי ווי דער רבי האט מסביר געווען אז השי"ת האט געטאן צו פרעה...ויחזק...את לב פרעה....כ'וועל מיך שטארקן און טשעפענען אין באכענען לינקס אין רעכטס, כ'שטארקן מיין הערצעלע און חוזק מאכן פון יאנקעלעס צוריסענע מאנטל...און דערנידערן יוסלע ווייל זיין טאטע גייט מיט קירצערע הויזן מיט א אלטע קוטשמע...אבער איך וועל כאטשיק זיין דער העלד אין דער ביגשאט און אזוי ארום וועט מען כאטש "מיך" נישט טשעפענען...הלוואי וועט מען מיך נישט טשעפען...ווייל איך ווייס איך וועל עס נישט קענען אריבער טראגן.....ס'איז דא "השכם להרגו...אבער דער "הבא להרגו" איז נישט ער יוסעלע ...אדער יאנקעלע...ס'איז ...וועל איך שפעטער געוואויר ווערן....ווען כ'וועל זיין א טאטע...אז דער "הבא להרגך" איז גאר מיין אייגענע סביבה....די מענשען וואס מ'לערנט מיך אז איך דארף רעספעקטירן......אוי ווארט פאר מיין נשמה'לה נאך אנטוישונגען...הו - הא...

אנשולדיג טייערער ליינער. כ'שפיר איך קאן נישט יעצט ווייטער שרייבן ס'הארץ טוט צו וויי,ס'איז צו קרוב ללבבי. וועל מיר ממשיך זיין א צווייט מאל אבער איך לאדען אייך איין און ווילט אויס א יארגאנג און פארט ארום אינעם מוח און לעבן פין אייער פאנטאזישן חבר און עפענט אויף די טינט פעדערן און לאזט אייך הערן......



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2005 17:17 לינק ישיר 

איך מיין ביסט אביסעל פארריקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2005 19:34 לינק ישיר 

וועלט אייך א TOPIC אדער AGE GROUP

DIFFERENT MOOD SETTINGS

ס'קען זיין אינטערעסאנט

BTW

איך קוק נישט אייביג אזוי שווארץ אויף אלעם,אין מ'האט מיך נישט אביוזד.....

לאמיר פריווען האבן ליטערארישע ענדזוימענט

א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווייזט אייער שרייבערישע טאלאנט...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext