מיט פארווייטיגט הארץ, און אין נאמען פון אלע אריגינעל סאטמארע חסידים פון די גאנתצע וועלט, רוף איך אויס א וויי געשריי צו די וועלכע האבן אויפגעהויבן א האק אונטערצוהאקן יעדע אידישע זאך וואס שטייט אויף די וועלט!
איך וול גיין אין גאנג פון אהרנ'ס באקאנטע דרשה, וואס האט געוויזן פאר די גאנצע וועלט זיין אמתע פרצוף, די "עפרא לפומיה" דרשה. און איך וועלן אנווייזן אויף יעדע אידישקייט זאך ווי דער מענטש איז געשטאנען אין וועג און נישט געלאזט אויספירן.
1) "עירוב".
די הויפט אפענע רשעות וואס ער האט געטון, איז געווען ווען ער האט גענומען א מעסער און אריינגעגראבן אין הארץ פון די אידישע וויליאמסבורג, מיטן אפיציעל באפעלן פאר זיינע שווענצעלעך אז זיי זאלן מיטיגן די מחללי שבתות וועלכע טרעטן אויפן שבת בריש לי אין וויליאמסבורג, און אנשטאט נאכשרייען די וועלכע זענען מחלל שבת בפרהסיא, האט ער זיי געהייסן נאכשרייען די שרייערס! וואס זיינע שווענצעלעך טוען ערליך יעדע וואך, ווען זיי באפאלן די וועלכע נעמען זיך אן פארן כבוד פון הייליגן שבת קודש! און זיי שטייען אויף איין זייט מיט די קלויזנבורגער בעלזער וויזשניצער פאפאנער וועלכע זוכן עוקר צו זיין דאס גאנצע אידישקייט אין וויליאמסבורג!
2) "ארטיסטן".
ווער געדענקט נישט דעם גרויסן בלוטיגן מעסער וואס דער בלאט האט אריינגעשטעקט אין די מערכה, דורך ארייננעמען די עד פון משה ווידראע, וואס האט עווענטשולי געעפנט די טיר פאר די אלע ארטיסטן בויער'ס, און ווער ווייסט וואו מען וועט זיך נאך טרעפן מיט די ארטיסטן!
3) "גל-פז"
אפילו ביי די משוגענע נארישע סטאר וואס האט זיך געעפנט אין הארץ פון וויליאמסבורג, האבן זיינע שווענצעלעך נישט פארשטאנען אנדערש נאר אז מען מוז טאקע פארקויפן אלע מיני פלעיס און סידיס אינמיטן וויליאמסבורג! (אפשר ווייל זיי האבן געזינגען הכל יודוך?).
די ליסטע איז נאך ווייט פון געענדיגט. מארגן איה וויטער.
נשלח ב-29/12/2005 02:33
4) "מציצה בפה"
ביי די הייליגע מערכה, וואו כ"ק דער רב שליט"א האט גארבעט געוואלדיגע מעשים אונטערן טיש אקעגן די רשעי הדור, און אויפגעטון א געוואלד דורך שטילע שתדלנות, האט אהרן נישט געהאט קיין ברירה נאר געמוזט עפנטליך שטערן אלע שתדלנות דורך פערזענליך ברבים אונטערייסן זיין ברידער, און אזוי פרובירן צו פארשטיקן די וויי געשריי פון טויזנטער ערליכע אידן אין ניו יארק וואס האט אנגעהויבן שלאגן ווארצלען אין די העכסטע פענסטער. אבער ווייל דעס שטימט נישט מיט זיין פאליטיק האט ער עס ברבים אונטערגעריסן.
5) "כיבוד אב ואם"
עס איז נאך קיינמאל אין די היסטאריע נישט געווען אזא מקלה אביו ואמו ווי דער אהרן, אנגעהויבן מיט א אפענע דרשה פון "קפצה עליו זקנה", דערנאל "בחייכון וביומיכון", ביז די כלומרשט פרימע דרשה פון "עד כאן דברי הרב", ווען ער האט אפן ערקלערט אז זיין טאטנ'ס ווארט איז ביי אים גארנישט, און אז ער וועט טון אלעס וואס מעגליך צו צוברעכן און צושטערן זיין טאטנ'ס ווארט און אויטאריטי. ווער געדענקט דען נישט ווי מען האט געדארפט צוקוקן ביי יעדן טיש מיט עקל ווי ער פירט דא כאילו ער וואלט געווען אין מאנרא מיט זיינע שווענצעלעך. און אפילו ווען זיין טאטע האט אים קלאר און אפן געבעטן ברבים אז ער זאל הייסן זיינע שווענצעלעך זיין שטיל, האט ער געצויגן מיט די אקסל כאילו ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים.
מארגן אי"ה ווייטער.
נשלח ב-29/12/2005 22:37
נארישע טפשותדיגע ווערטער פון אנגעזויערטע מענטשן.
לאמיך אנהייבןו מיט עירוב.
ווער האט געגעבן די ערשטע הונדערט טויזנט דאלער פארן עירוב אז נישט משה ראטה, וואס האט געקויפט די נייע קאר און טילופ פאר זלמן לייב?! וואו איז גאלדהירש, די גרינדער פון די עירוב, געווארן א מעמבער?! ביי וועלכע וואוטס האט ער געוואוט א' אמור ס"א?!
וואו איז זלמן לייב טייטלבוים געווען ביי אלע פראטעסטן קעגן די עירוב? פארוואס ווען סאיז געווען די איינציגע גרויסע פראטעסט קעגן די עירוב איז ער געבליבן אין זייםן שול און אויסגעצויגן די דאווענען?! וואו איז דער גראב"ד געווען?! הא?!
נשלח ב-29/12/2005 22:47
נאכמער, זלמן לייב אליין האט געזאגט ביי א דרשה אנפאנג פון די פאליטיק "כי לא דרכיהם דרכינו", אז מזאל נישט שרייען אויף די טראגערס. יעצט קומסטו זאגן אז דער רב האט זיי געשטיצט דערמיט?! אדרבא, אפשר טרעפסטו מיר מזאל נאכשרייען די וואס גייען מיט לאנגע שייטלעך און זורכזיכטיגע שטרימפ? וואס איז די חילוק פון א פרומע פרוי מיט א שפיצל וואס איר דיין לאזט טראגן, צו א פרוי מיט שמאלע קליידער און דורכזיטיגע שטרימפ וואס קיין איין דיין לאזט נישט האבן?