עס איז שוין א מלחמה פון צוויי יאר צווישן די נארמאלע פראקציעס אין די עדה אקעגן די עקסטרעמיסטן.
דער מנהל פון מתמידים איז לייבל מינצבערג, א געוואלדיגער רעדנער מיט קוריאזע השקפות, וואס איז א מענטש אן קיין מיינונג און לויפט מיטן ווינט.
די ישיבת המתמידים איז אמאל געווען אונטער די עדה, אבער מיט די יארן האט דער מינצבערג זיך משתלט געווען דערויף און אנגעהויבן רעדן זאכן וואס מען דארף נישט.
דערנאך האט ער אנגעהויבן נעמען געלט פון די מדינה, און דאן האט אים די עדה ארויסגעווארפן, און ס'איז געגרינדעט געווארן דער מוסד "תפארת ירושלים".
למעשה זענען רוב מענטשן פון יענע קהילה מיטגעגאנגען מיט אים (ארום 500), און ער האט אנגעהויבן ווערן א רבי פאר זיך, מיט אסאך משוגענע זאכן. ביי זיינע מסיבות זיצט מען עמטליך אן הוטן, ער אליין קען אמאל רעדן אן די הוט, פורים מאכט מען זיך דארט משוגע אז ס'גייט א רויעך, און דער פורים קען זיך אמאל פארשלעפן ביז טיף אין אב, וכו' וכו' וכו'...
אין די לעצטע פאר יאר האט ער באשלאסן אז ער וויל צוריקקומען צו די עדה, פונקטליך זיינע מאטיוון ווייס איך נישט, מסתמא איז עס ווייל די מדינה טיילט שוין נישט אזויפיל און ער וויל אנהייבן קומען נאך געלט דא אין אמעריקע. אדער עפעס ענליך.
די חברי הבד"ץ האבן געהאלטן אז מען דארף אים געבן א שאנס צוריק צו קומען אין די עדה, דאס איז געווען די מיינונג פון ר' מאיר בראנסדארפער, ר' משה האלבערשטאם, און ר' יצחק טובי'. פארשטייט זיך נאר אויב ער נעמט זיך אונטער געהעריגע תנאים.
למעשה האבן די עקסטרעמיסטן אין די הנהלה, מיט גרשון שטעמער אין שפיץ אויסגעפירט, און מ'האט אים נישט געלאזט צוריקקומען.
דאס האט זייער אויפגערעגט די חברי הבד"ץ וועלכע האבן אנגעהויבן עמטליך אנפייפן דעם איסור, און מ'האט אנגעהויבן זען ר' משה און ר' מאיר ביי מסיבות פון דעם מינצבערג.
עטליכע וואכן צוריק, איז ירושלימער רב געווען אין בית שמש, און ער האט דארט געהאלטן א דרשה וואו ער האט געפערליך געהאקט אויף די וועלכע טעראריזירן מתמידים, אן זיך צו רעכענען מיט א דעת תורה.
ווייזט אויס אז דאס האט אנגעצינדן דעם פייער, און די יעצטיגע באזוך האט געברענגט די דאזיגע פאלגן.
וועלן מיר ווארטן צו זען אויב עס איז ביי זיי טייער דער כבוד פון די לעצטע הייליגע מוסד פון דעם סארט וואס איז נאך פארבליבן אויף דער וועלט.
 |
|
|