| נשלח ב-28/12/2005 23:14 |
|
| |
דאנערשטאג חנוכה: גאב"ד שליט"א אין הופער
כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א גייט פראווען דעם דארנעשטאג חנוכה אין ביהמ"ד המפואר הופפער סט., און זאגן א הערליכער פשעטעל לכבוד היום.
עס ווערט ערווארטעט א גרויסער עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:29 |
|
| |
די ארוינים גייען שוין ווייטער איבער דרייען ראדני ר' אהרן גייט שטיין ביי בעדפארד ראדני דארט ווי צהעלים איז און ווארטען אויף א באפעל ווען מקען גיין און ראדני דאס זענט עטץ ענק שעמען זיך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:32 |
|
| |
ניין, ער קומט איבערדרייען הופער סט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 04:00 |
|
| |
ווען קימט די רב שליט"א אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 04:33 |
|
| |
ווייסט איינער וויפיל אזייגער די רב קימט אריין
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 05:02 |
|
| |
די רב שליט"א איז שוין אריין געקימען מהאלט יעצט אונמיטן זינגען ס'איז דא א ריזן ציבור מ'קען זיך נישט רירן דארט....
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 06:54 |
|
| |
נישטא קיין ווערטער.
יעדעס מאל ווען דער רב שליט"א קומט אריין, ווערט יעדער נאכמאל איבערגענומען פון די געוואלדיגע דרשות און מסיבות.
ספעתיעל ווען טויזנטער מענטשן קומען זיך צאם אונטער איין דאך מיטן רב, און זיצן צוזאמען הערן די דבר ה'.
א קורצע רעפארט.
די אויבנאן איז געווען אויף דרום, און די גאנצע צפון געווען געפאקט מיט ברענטשעס פול מיט בחורים, אויך איז די גאנצע שול געווען נאר בענקלעך.
א הערליכער קווייער האט געמאכט איינגענעם צו זיצן דארט.
דער רב האט געזאגט א הערליכע פלפול פארוואס זיי האבן נישט געקענט מבטל זיין די שמן אין די שמן טהור. צום סוף האט דער רב זייער אויסגערימט די "אבות ובנים" וואס איז געווען זונטיג די ערשטע טאג חנוכה.
אויך האט דער רב ברייט אויסגעשמועסט די געפערליכע פראבלעם פון גויאישע טריפה'נע ניגונים, קודם האט ער געזאגט די געוואלדיגע חשבות פון ערליכע ניגונים. און נאכדעם זייער שטארק געהאקט אקעגן די טריפה'נע טעאטער ניגונים, וואס איז מכלה מנפש ועד בשר (מסתמא האט ער געמיינט ליפא).
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:11 |
|
| |
פאלנער ארוני, די ביזט "כולו פראפעגאנדע"
זאג נאר, איז דא אזא זאך וואס ער זאל טון, אדער געבן שעלטער, הארבערן, אדער א זאך וואס מזאל טון פאר אים, אדער פאר זיין כבוד און ער זאל נישט מוחה זיין, אז דו זאלסט זאגן, גענוג!!?
אדער איז כל דבר אסור מותר לגבי אים?
איז ער נישט קיין בשר ודם וואס קען חוטא זיין?
האלטס דו אים פאר א (אפ)ג-ט?, וואס מטאר נישט מהרהר זיין? וואס מטאר נישט האבן ספקות אין די אמונה?
דארט האלט עטץ?
תוקן על ידי - שלמההמלך - 30/12/2005 7:11:38
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:13 |
|
| |
אז דו האסט א פראבלעם, נעם דיין רב און מאך אים זאגן תורה! אפשר אז ער וועט זאגן אזוי שיין וועט ער אויך האבן מענטשן?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:19 |
|
| |
אז די רעדסט אזוי, האסטי אים נאך קיינמאל נישט געהערט!
אין איך גיי דיר עס נישט מער איבער קייען!
אז דיין אפ ג-ט איז דיר גיט, דעמאלסט גיי צי אים!
וועל איך האבען דא מער פלאץ!
אגב, שארפטאן איז א בעסערער רעדנער פין דיין אפ ג-ט!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:28 |
|
| |
מקור,
לייג נישט אריין ציפיל צייט אין כח דא, עס וועט דיר עניווע גארנישט העלפען!
גיי שלאפען, ארבעטען, אא"וו.
ביי ביי
מיין בעט ריפט מיר שוין!
איך מיין אז הייד פארק האט נאך נישט געזעהן אזוי פיל נייע ניקים אין איין וואך, זייט איר גרינדונג!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:28 |
|
| |
דאס איז טאקע די פראבלעם,
קוק ימ"ש האט בעסער געקענט לערנען,
אויף אזעלעכע האט רבינו הקדוש והטהור זיעוכי"א געוויינט, און געוויינט,
אז הלוואי ווען זיי שניידן זיך אפ די בארד אין פיאות,
און טוען זיך אויס די קאפל, שטראמל, בעקיטשע, און זיידענע קאפטענעס, און טיליפס,
וואלטן זיי כאטשיג נישט אריינגעכאפט די עמך און תמימותדיגע יודען.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 08:22 |
|
| |
שלמה המלך,
די האט זיכער נישט קיין עס יו וויס..אנטשולדיג ווי עס יו.....וואס האט א ווי די די.....
כאאככאאכאאא חחחאאאא חחאא............
מיר האט א זאלי געזאגט אז ער קויפט נישט די טרייפענע עס יו ווי
ווייל זיין ראב האט עס מעורר געווען ביי א דראשע אז מען טאר נישט דאס האבן,
נו, ער קען דיך אויך דארשענען, וואס איז ער דען הינטערשטעליג...
נישט קיין וואונדער אז דזשי עם האט דערויף אויפגעזאגט טויזענטער ארבייטער לעצטענס....
קוקטס, אפילו מציצה בפה האט ער ב"ה ארלעדיגט ביי די באהערדע...
נאך א מזל!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 08:29 |
|
| |
אה קעי, ענד יאר פאוינט איז?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 08:49 |
|
| |
אז דיין רב פאקט איין קוק'ן פי שנים...
ביי דע וועי
די לומדים אין שטאט ווארטן בכלין עניים
מתי? ווען וועט דער אב בית דין רעדן???
שבת הגדול?
און ביז דאן? מ'קען דאך קוים ווארטן,
ווי איך הער גיבן די מקורבים איבער אז דער רב וויל נישט פסק'נען שאלות אדער דארשענען כל זמן די טאטע לעבט,(שעהנע זאך).
אין פריזער ביים רב אויף ווילסאן ליגען צענדליגע שאלות ווי למשל הינער מיט זעקס פיס, אכט פינגערס, צוויי קעפ, א.ד.ג. וואס דער רב גייט פסק'נן ווען ער וועט ממלא מקום זיין(טאמיר ליפא וועט לאזן).
הפנים א קלייניקייט?
|
|
|
|
|