| נשלח ב-28/12/2005 23:45 |
|
| |
דעבאטע: זענען די ארוינים 'עכטע' חסידים?
אזוי ווי עס טוהט זיך לעצטערע דורות א גרויסע מחלוקת הפוסקים, ווער עס זענען די עכטע חסידים פון רבי'ן שליט"א?. דעריבער שלאג איך פאר אן אשכול פאר א דעבאטע: צו זענען די אמאליגע אזויגערופענע 'חסידים', היינטיגע ארוינים, באמת אלעמאל געווען 'עכטע' חסידים פון רבי'ן צו נישט? === כדי צו פארשטיין וואס די ספק איז, וועל איך קודם אראפגעבן א שטיקל בילד וויאזוי אין סאטמאר האט אויסגעזען אן 'עכטער' חסיד בימי מרן זצ"ל, וואס צו דעם וועלן מודה זיין אלע צדדים צוגלייך, און דערנאך דאס פרובירן צוצושטעלן צו דאס 'חסידות' פון די היינטיגע ארוינים, אזויגערופענע אמאליגע חסידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 23:21 |
|
| |
ראדני, מיינע גרייזן זענן קיבארד טעותים אז איך דריק די שלעכטע באטן, אבער די, שרייבסט און ספעלסט ווי א גוי ברטונרא, איך האב שוין מורא אז די ביסט רז"ל, אוי גילוי.
א סעמפל פון דיינער א איין שורהדיגע תגובה
יענקל11
ער וויל קימען האקען אויף די ע(ו)סק(י)נים וואס
א(יי)רבעטן שווער וועג(ע)ן מציצ(י)ה
עס איז נח מיט 7 גרייזן
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 03:05 |
|
| |
איך מיין אז די בעסטע ענפער פאר דעם איז, מזאל קוקן ווי מ'לערנט די רבי'ס ספרים, אין ישיבה גדולה אדער אין קווינס. וואו די קדושה לערנט נאר ליטוויש, פארקערט ווי די רבי זי"ע און די רבי זאל זיין געזונט האבן געהייסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 01:19 |
|
| |
אייןסאטמאר די צולייגער זאל איך פאר רעכטן דיינע גרייזן ראדני, קענסט גיט מאכן CUT & PASTE און נאכשרייבן בראשית ברא'ס שטותים פון אנש{}דסאטמאר{ ן}הא ראי' ווייל אלע דיינע אייגענע געשרייבעכצער ספעלסטו ווי א 3 יעריג יונגעל. קיינער לייענט נעב{}ע{ל }נישט דארט ברענגסו עס אהער.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 00:10 |
|
| |
ראדני, קענסט גיט מאכן CUT & PASTE און נאכשרייבן בראשית ברא'ס שטותים פון אנשסאטמאר, ןהא ראי' ווייל אלע דיינע אייגענע געשרייבעכצער ספעלסטו ווי א 3 יעריג יונגעל.
קיינער לייענט נעבעל נישט דארט ברענגסו עס אהער.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:58 |
|
| |
אן אמת'דיגער חסיד, וויפיל טענות ער זאל נאר האבן אויף דעם רבינס ווירטשאפט, וואלט ער זיך נישט אין זיין לעבן געטרויעט צו פוינטן מיט א לעזער פוינטער - אפי' אויף אן עכטן שונא זיינער - אויב דער שונא שטייט לעבן זיין רבי'ן, ס'איז דברים פשוטים. אדרבה וואלט איר דאס געטוהן פאר די אלטע אינשי דלא מעלי אין קעגן ווארט פון רבי'ן זצ"ל...? אז דער רבי קומט אריין איז נישט מעלה ומוריד. אן עכטער חסיד וואלט דאך אויסגעגאנגען בלויז צו קענען זיין מיטן רבין אונטער איין דאך, זאל זיין וואס זאל זיין, אן עכטער חסיד ערלויבט זיך נישט צו פארפאסן קיין תנועה כל שהוא, ער זיכט מיטאמאל קיין תי'. אדרבה, אן עכטער חסיד, ווייל ער וויל האבן די זכי' צו זיין במחיצת קדשו פון רבי'ן טוהט ער כל מה שביכלתו, און לייגט אוועק אלע זיינע פערזענדליכע אינטערעסן אבי צו קענען אריינכאפן עפעס ביים רבי'ן. ואטו כי רוכלי' ליחשיב וליזל. די אלע חוצפה און עזות וואס די אזויגערופענע חסידים האבן אנגעטוהן, און טוהן נאך אלץ, די לעצטע 6 יאר? אבער לפי האמת, דאס קען נאר קומען פון דעם ווייל די יעניגע זענען קיינמאל קיין 'עכטע' חסידים נישט געווען!. אן עכטער חסיד וואלט זיך אין זיין לעבן נישט געטרויט אזוי מבזה צו זיין א רבי'ן! די אלע באבע תי' וואס די אזויגערופענע חסידים ענטפערן אלס, אפגעזען וואס דער תי' זאל נאר זיין, קענען זיך נאר לייגן אויפן שכל, און מען קען דאס נאר פארשטיין, נאר אויב מען איז נישט קיין 'עכטער' חסיד!. ביי אן 'עכטער' חסיד לייגט זיך נישט אויפן שכל די אלע באבע תי'... וצא ובדוק... גענימען מיט רשות פון שרייבער בראשיתברא אויף חדשות אנש סאטמער
תוקן על ידי - ראדני152 - 29/12/2005 0:07:43
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:56 |
|
| |
רוב פון די אלע האבן אויך געהאלטן ביי זיך אז בלי שום ספק אז דער רבי איז מיט זיי, און דאס איז אלעמאל געווען רצון קדשו, אבער ווי נאר זיי האבן געזען אז דאס קומט מיטן חשבון פון אויפצוגעבן דעם רבי'ן האבן זיי אלעס געלייגט אין א זייט, אלע זייערע טעאריעס, אלע זייערע פעולות, אלע זייערע מיינונגען, און זיי האבן געטוהן כל מה שביכלתם ווייטער צו קענען האבן די זכי' צו זיין אינטער איין דאך מיטן רבין, צו קענען כאפן א בליק אויפן רבי'ן וכו'. ווער רעדט נאך פון מבזה זיין זיך אויפפירן מיט חוצפה און עזות שלא בפניו וכ"ש, דאס האבן זיך אפי' זיינע 'עכטע' שונאים אויך נישט געטרויט, פארוואס? ווייל אפי' זיינע שונאים האבן אלע געוואוסט, אז דא האנדעלט מען פון א צדיק אמת און עס איז א שפיל מיט פייער... איצט א שטיקל בליק אויף די אמאליגע אזויגערופענע חסידים פון רבי'ן שליט"א. אין פאקט, דעם רבינ'ס מצב הבריאות איז צום ערשטן מאל ארויס אין פובליק ווינטער תשנ"ו אין פלארידע. פון דעמאלט האט דער רבי כמעט אויפגעהערט זאגן תורה. אין משך פון די יארן-תשנ"ו-נ"ט זענען די דעמאלטדיגע אזויגערופענע חסידים ווייטער אנגעגאנגען מיט זייער כלומר'שטע חסידות, טראץ וואס דעם רבינ'ס מצב הבריאות איז שוין געווען נישט אזוי ווי כבימי קדם. פלוצים פונקט דעם טאג וואס זיי האבן אנגעהויבן צודערשמעקן אז דער רבי טראכט אנדערש ווי זיי האבן זיך פארגעשטעלט האט זיך אלעס געטוישט, אתמהה? מיטאמאל מעג מען שוין אריינשרייען אינמיטן דעם רבינ'ס דרשה, מען מעג שוין שטערן די טישן (יא די טישן אויף וואס די זעלביגע האבן אלע יארן געפייניגט מענטשן בלויז פארן נישט קומען...). אן "אמת'דיגער" חסיד פון א רבי'ן וואלט זיך אין זיין לעבן נישט געטרויעט צו טוהן ביי זיין רבינ'ס א טיש, דאס וואס די אזויגערופענע חסידים האבן געטוהן, פשוט מחמת פחד פון א צדיק אמת... אדרבה וואלט איר דאס געטוהן פאר די אלטע אינשי דלא מעלי אין קעגן ווארט פון רבי'ן זצ"ל...?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:56 |
|
| |
איך מיין די "עכטע" חסידים זענען, מנשה פילאפ, יאסל וו"מ, מאטיל שטיין מיט וואלי לעפקאוויטש
די "עכטע" מחוצפים זענען יקתוא' הערש וו"ב, בערל פ"מ, הירצקא צוויבל, א"מ פאלקאוויטש מיט אברהם ווידער
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:53 |
|
| |
לייגט נאר צו אן אויער, וויאזוי יעדער אינגערמאן העכער די פערציג, לייגט אראפ ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט אין די לעצטערע יארן, ווען עס האט זיך נאר געמאכט אמאל א געלעגנהייט אז דער רבי איז אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג, וויאזוי די גאסן האבן אויסגעקוקט. ווער רעדט נאך פון א "כ"א כסליו", אלעס איז זיך אנגעלאפן, יעדער וויל זען, יעדער וויל קוקן, יעדער שטופט זיך, קיינער וויל נישט פארפאסן קיין הגה, קיין ריר, פון רבין. פארוואס? ווייל יעדער איז א 'עכטער' חסיד, יעדער ווייסט אז דער צדיק אמת איז בתוכינו כאפט מען אריין און מען ניצט אויס די געלעגנהייט אויף יעדען טריט און שריט. פרעגט נאר די היינטיגע אינגעלייט, די דעמאלטדיגע קינדער, וויאזוי מען האט גערעדט פון רבי'ן אין די חדרים א טאג דערנאך. איינער האט דערציילט אז ער האט געהאט די זכי' צו זען דעם רבי'ן ווען ער האט אויפגעהויבן זיין הייליג האנט, דער צווייטער זאגט איך האב זוכה געווען צו זען ווי דער רבי האט האט זיך אויסגעדרייט, א דריטער זאגט גאר איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו זען דעם רבי'ן אבער ב"ה איך האב זוכה געווען צו זיין מיט'ן רבי'ן אונטער איין דאך און דאס איז מיר גענוג, בקיצור יעדעס ריר פון רבי'ן יעדער בליק אויפן רבי'ן איז געווען א מסכתא שלימה, עס איז געווען ווערט כל הון דעלמא. עס זענען בשעתם אויך געווען גרופעס מענטשן, עם כל שם וחניכא דאית להו, וואס האבן גע'טענה'ט אז..., אבער עס איז פאר קיינעם פון זיי נישט איינגעפאלן, אפי' אין וויסטן חלום, אויפצוגעבן דעם רבי'ן, אויפצוגעבן א געזעגענען, אויפצוגעבן א תפילה, אויפצוגעבן א בליק אויפן רבי'ן, פארוואס? ווייל זיי האבן אלע געוואוסט דעם אמת'ן סוד פון א חסיד, און זיי זענען געווען 'עכטע' חסידים, דעריבער האבן זיי זיך געמאכט א פשוטן חשבון, יהי' מה שיהי', עס לוינט זיך נישט צו דערלייגן אפי' איין תפילה פון א צדיק אמת צו אפי' א בלויזן בליק אויפן צדיק אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:50 |
|
| |
אבותינו ספרו לנו: זינטט די יארן תשכ"ח-ל"ט, וואס דער מצב הבריאות פון מרן זצ"ל איז ליידער געווען זייער זייער שוואך, האט דער ציבור אנ"ש ליידער שוין נישט געהאט די זכי' זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו פונעם רבי'ן מדי יום ביומו ושבת בשבתו. דער מצב הבריאות בשעתו האט נישט אלעמאל ערלויבט אז דער רבי זאל קענען אריינקומען אין בית המדרש צווישן עולם, דער מצב הבריאות האט נישט אלעמאל ערלויבט אז מען זאל אריינלאזן מענשטן זיך געזעגנען צום רבי'ן, דער מצב הבריאות האט דאן בשעתו געברענגט אז דער רבי איז שוין ליידער מער נישט אריינגעקומען צווישן עולם אזוי אפט, ס'הייסט סתם א געווענדליכער שבת איז דער רבי נישט אריינגעקומען. דער רבי האט עטליכע יאר דאן געוואוינט אין בעל-הארבער און איז נאר אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג א שיינער שבת, א יום טוב, אדער ביי ספעציעלע מסיבות, ווי כ"א כסלו, דינער למוסדות יטב לב, וכדומה. ווער זעט דען נישט מיט וואס פאר א בענקשאפט די עלטערע אידן פארציילן אונז וויאזוי אזא שבת אדער א יום טוב האט אויסגעקוקט אין וויליאמסבורג, בעת ווען עס איז געמאלדן געווארן אז דער רבי וועט זיין אין וויליאמסבורג. זקנים עם נערים, יונג און אלט, אלעס איז געקומען צו לויפן. וואס הייסט, דער רבי איז דא בתוכינו. עס זענען געווען זמנים וואס עס זענען געווען גאנצעטע ספיקות צו מען וועט אפי' קענען הערן דעם רבי'ן דאווענען, אבער דאס האט יעדער זיכער געוואוסט אז דער רבי וועט נישט פירן קיין טיש, דער רבי וועט נישט זאגן קיין תורה, נאר וואס יא? גארנישט! קיינער האט גארנישט געדארפט מער ווי דעם אז מען וועט האבן די זכי' צו דאווענען במחיצת קדשו, אונטער איין דאך מיט'ן רבין. ביי רוב מענטשן איז אפי' געווען א גאנצער ספק צו וועלן אפי' האבן די זכי' צו קענען זען צורת קדשו פון רבי'ן, צוליב די טויזנטער וואס האבן זיך אנגעזאמלט, אבער דאס האט גאר קנאפ אויסגעמאכט ביי זיי, ווייל 'עכטע' חסידים ווייסן דעם סוד אז אויב געפונט זיך א צדיק אמת בתוכינו, טוהט מען כל מה שביכלתם צו קענען זיין במחיצת קודש פונעם צדיק אמת, איבערהויפט ווען דער מצב ערלויבט שוין נישט דעם צדיק זיך געפונען צווישן עולם אזוי אפט.
 |
|
|
|
|
|