בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עד היכן תכלית משוגענע אדווערטייזמענטס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2005 16:23 לינק ישיר 
עד היכן תכלית משוגענע אדווערטייזמענטס?

נעכטן ברענגט איינער פון מיינע שוואגערס דעם אלעמען-באקאנטן Community Connections פון מאנסי, איך בלעטער דא און דארט, מיין אויג פאלט אויף א צודרייטן אדווערטייזמענט וועלכער ליינט זיך בערך אזוי:

ופרצו
חומות
מגדלי


וויאזוי איז דאס געשעהן?

ווייל עס איז נישט געמאכט געווארן ביי אונז!

און עס איז דא א בילד פון חומות ירושלים געמישט מיט א בילד פון א אויפגעריסענעם צוים, און דער אדווערטייזער איז א צוים פאבריקאנט.

פרעג איך: איז דאס מ ש ו ג ע ת אדער ע מ ה א ר צ ו ת? די חומת המקדש איז פרצו בה י"ג פרצות ווייל מען האט עס נישט געמאכט ביי די פירמע פון מאנסי?

בין איך משוגע אדער ער?

כ'בין שוין געוואוינט צו זעהן אז מיט א שטריימל למטה מעשרה טפחים און אהן א טלית שכולה עטרת כסף קען מען נישט צוגיין צום יום הדין, און אודאי אודאי נישט אהן א Chanuka Gift צום הייליגן יום טוב חנוכה, שוין געווען אן אשכול דערוועגן, אבער על של עתה באתי, עד היכן תכלית משוגעת? ס'הייסט דאך א פרומע צייטונג!

אויב איינער דא האט עס - ביטע אריינסקענען, עס איז געוואלדיג



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 21:23 לינק ישיר 

במקום שבעלי תשובה עומדים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2006 02:07 לינק ישיר 

איך האב געהרט אז דער בעל העסק האט תשובה געטוען און די וואך פר' ויגש שטייט שוין אז ער טוט תשובה און ער האט נישט געמיינט חומת ירושלים איינער קען עס אריינסקענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 05:38 לינק ישיר 

געזעהן היינט א נייע:

"כובעים נקבצו עלי"

אן אנאנס פאר א הוט סטאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 20:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2006 16:05 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין משוגעת אדער עמעראצעת, עס איז אסאך ערגער פון דעם. ווי קען א יוד נעמן א זאך ווי חורבן ירושלים, וואס מיר קלאגען שוין אויף דעם באלד 2000 יאר, און מאכען א נערישע רעקלאמע דערפון? איז דער יודישע געפיהל אינגאנצען טויט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 13:53 לינק ישיר 

נבוכדנאצר
האבן זיי דיך געדונגען צו מאכן אדווערטייזמענט דא אויף היידפארק, שטערט דיך אז א יוד מאכט פרנסה.
זיי נישט אזוי נעראו מיינדעד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2005 20:37 לינק ישיר 

כ'האלט אויך אז דאס נוצן די יום טוב'דיגע און רוחניות'דיגע באגריפן אויף פראסטע אדווערטייזמענט איז נאריש און איבערגעטריבן אבער כ'קלער נישט אז מיט'ן שרייבן דא אדער אפילו אין אן עדיטאריעל וועט זיך דאס אפשטעלן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 18:28 לינק ישיר 

יישר כח פאר אלעמען פארן מעורר זיין אז איך האב זיך נישט שיין אויפגעפירט, איך ציה צוריק, איך האב גארנישט ספעציעל אנטקעגן דעם "וויליאמסבורג בולעטין" (אויסער דאס אז ער שיקט מיר דאס אומגעבעטן, שוין נאכן פארלאנגן צו ווערן ארונטערגענומען פון די ליסטע).

אדרבה, בדיעבד האב איך לכתחילה הנאה דערפון, ווייל איך קויף ב"ה נישט קיין שום אויסגאבע (אריינגערעכנט: צייטונג, איד, בלאט, בליק, מעלות, עונג שבת, פלאם, אידישע ליכט, באלייכטונגען, שטערן, וכל שום וחניכא דאית להו), קומט מיר עס צוניץ דארט ווי דער גראף גייט אליין וד"ל.

איך בעט אז דער וויליאמסבורג בולעטין זאל נישט מוחה זיין אויף מיר קומענדיגע וואך אין זיין 'געלונגענע' עדיטאריעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2005 17:50 לינק ישיר 

יא יא!!!

די זאך איז אים געלאנגען זיין אדווערטייזמענט ציט אן אויג יעדער באמערגט עס, נישט נאר וואס ס'איז אדווערטייזט געווארן דארט ווי ער האט באצאלט נאר אפילו דא אין הייד פארק ווערט עס גוט אדווערטייזט בחינם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2005 17:17 לינק ישיר 

גראף

אנטשולדיקט מיר אבער דארפסט אביסל פארבעסערען דיינע מידות ס'איז נישט שיין צו טוהן אזא זאך!

(חאטשיג איך האב עס אויך נישט ליב! נישט אלעס אויף דער וועלט גייט לויט מיין געשמאק האב איך אפגעמאכט!)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2005 08:11 לינק ישיר 




אַווי אויך נבוכדנאצר איז דער היינטוגער חומה פון ירושלים ניט דאס וואס איז געווען בזמן הבית און עס איז גאר אויף אן אנדער ארט.



געט א דרוק דאנענט וועט איר קאָנען לעזען די היסטאריע פון די חומה.


http://en.wikipedia.org/wiki/Jerusalem's_Old_City_walls





א דאנק אייך


ראטצער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2005 07:11 לינק ישיר 

ר' גראף
אז די ווילסט נישט, דארפסט די עס נישט ליינען, זיי נישט קיין אכזר, עס וועט גארנישט געשעהן אז איינער ביי דיר אין שטוב וועט זעהן די אדווערטייזמענטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 20:20 לינק ישיר 

איוואן, איך האב געשריבן 'נאריש', נישט נאר צוליב די נארישע עדיטאריעלס, נאר בעיקר צוליב דעם וואס ער שיקט דאס ארום בחנם פאר די גאנצע שטאט, און הערט מיר דאס נישט אויף צו שיקן נאכן רופן עטליכע מאל בעטן מען זאל מיר אראפנעמען פון די מעילינג ליסטע.

ער וויל מאכן פרנסה? איך האב א געדאנק! נעם מיר אראפ פון די מעילינג ליסטע, וועסט זיך שפארן אפאר דאלער א יאר.

תוקן על ידי - גראף - 29/12/2005 20:19:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 18:23 לינק ישיר 

גראף טייערע

עס איז זייער נישט שיין אראפצורייסן א יוד'ס פרנסה, ער דער ווילי בולעטין האט דיר גארנישט שלעכטס געטון, טא פארוואס רייסטו איהם אראפ, עס קען זיין אז פון דיינע אומאויסגערעכענטע ווערטער וועט איהם עס קאסטן אפאר קאסטומערס.

היט דיין שפראך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 17:37 לינק ישיר 

יעצט כאפ איך שוין אויף וואס די נארישע וויליאמסבורג בולעטין האט מוחה געווען אין זייער 'איין וואך ערגער ווי די אנדערע' עדיטאריעל...

ווער עס האט דאס, קען דאס אויך אריינסקענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עד היכן תכלית משוגענע אדווערטייזמענטס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext