בית פורומים כל העולם כולו

זאליס שלאגן זיך וועגן מקוה געיטס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2005 03:00 לינק ישיר 
זאליס שלאגן זיך וועגן מקוה געיטס

איינס פון די "אויפטוען" פון די נייע רבנות איז געווען אז מגייט צוריקברענגען כבוד פון רבין ז"ל, נישט ווי די אהרוינם וואס ווילן מאכן פארגעסן דעם רבין ז"ל, וכו' וכו' וכו'.
ווי מזעט טאקע אז אין די לעצטע פאר יאר איז שטארק ארויפגעברענגט געווארן די כבוד פון רבין ז"ל, ווי למשל אז אין די אהרונישע ישיבה גדולה האט מען אנגעהויבן לערנען ליטוויש, וואס דער רבי ז"ל שרייבט אז דאס פירט אראפ די גאנצן דור פון אידישקייט, און אין קווינס טאקע האט מען געסטאפט און מלערנט נאר אזויווי די רבי ז"ל האט געוואלט.
א אנדערע זאך וואו די "שקצים" די אהרונים האבן "משנה" געווען איז די מקוה געיטס, אפילו די רבי ז"ל האט געזאגט אז מטאר נישט צושפארן די טיר פאר איינעם וואס האט נישט קיין גלעט, אבער אין קרית יואל האט מען געמאכט נייע באראפארקער מנהגים און משפארט יא צו די טיר.
דאס בערך איז געווען די נוסח פון מיילעך שטערן אין זיינע "כת המולך" פאשקעווילן פאריגע זומער קעגן קרית יואל.
סהאט נישט לאנג גענומען און די זאליס האבן דערשמעקט אז מקען מאכן געלט... זייער אבאנטש אהרונים גייען אין מקוה אומבאצאלט, סאו גייען זיי אויך מאכן די מקוה געיטס!
געטראכט און געטון, זיי האבן אנגעקאלט לעפקאוויטש און באשטעלט 13 געיטס פאר אלע מקוואות אין די זאלי שולן אין וומ"ס.
אבער די מיילעך שטערנ'ס אין וומ"ס האבן אנגעהויבן פארפירן, היתכן? מאיז "משנה" פון רבין ז"ל? און סאיז געווארן א גאנצע פאטשקעריי צווישן די זאליס.
איז געבליבן אז מגייט פרעגן די "בד"ץ"... אבער די בד"ץ איז אויך צוטיילט, איינער שרייט אז מטאר נישט משנה זיין, אבער די אנדערע טענהט אז ממוז משנה זיין ווייל מדארף צופיקסן די אהרונים.
איז געבליבן א פשרה, ביז ווען ראזענוואסער געט נישט ארויס זיין פסק גייט מען נישט לייגן די געיטס, ווייל ר' בערל פריעדמאן האט דאך שוין געמאלדן אז סאיז א "מניח מעותיו על קרן הצבי". און ווען ראזענוואסער וועט פסקנען וועט מען זען, אויב געט ער פאר די זאליס גייט מען עס לייגן, אז נישט וועט מען מוזן פאלגן די רבי ז"ל.
און דערווייל שטייט לעפקאוויטש און וויינט, אז ער איז געבליבן סטאק מיט די ארבעט.
איך האב איך צוגעזאגט אז ווען אונז גיימיר געווינען וועט מען ווייטער נעמען די געיטס, נאר דעמאלטס וועט עס א אנדערער באצאלן...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2006 05:01 לינק ישיר 

זאליס מודה און פייט
דא האט איר א זאלי וואס שפילט ארויניzalishor שרייבט אזוי און ח. א. ס.
zalishor

די לעפקאוויטש'ס מיט ישכר בער טייטלבוים האבן אנגעפאנגען א העפטיגע מערכה געגן זאלי ענד קאמפאני

די זאליס האבן באשלאסן שוין דע חודש אריינלייגן די מאשיןס ביי די מקוהס אין לעפקאוויטש מיט טייטלבוים זענען אריין צי ר'זלמן לייב אין געמאכט קולות אויף עם אז ער האט זיך געמאכט ווי ער גייט אין רביןס דרך אבער ווען סקימט צי געלט גייט עם נישט אן וואס דע רבי האט געהאלטן

סקיקט אויס אז זאלי גייט יעצט לעקן האניג פין דע חברה וואס אינז האבן זיך שוין אפגעשאקעלט 25 יאר צוריק

יעצט גייט ארויסקימען די אהאווע מעסיטעירעס מיט דע ריכטיגע קאלירן

ZALI EAT YOUR OWN CRAP

אינז פריי מיר זיך אז דער רב האט מער נישט פין זיי צו ליידן ווייל ער האט זיי שוין מסדר געווען 25 יאר צוריק

להאכזיר אתארע לעיושנא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2006 09:23 לינק ישיר 

אוי וויי עס איז שוין דעם צווייטע ברידערלעכע קריג זייט שמחת תורה די ערשטע איז געווען ווען דער גאלד האט געסטראשעט זאלי אנפאנג זמן .......והמבין יבין ......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס שלאגן זיך וועגן מקוה געיטס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext