סענאטאר פארקער אלס חנוכה גאסט און משביע
מצורף קובץנעכטען און מיטן טאג ווען עס זענען געזעצן די מענטשען און משביע אין געגעסן זענען זיי שאקירט געווארען זעהנדיג א חשובען גאסט סענאטאר קעווין פארקער וואס איז געקומען באזוכען דעם אידישען בית התבשיל און זיך באקענען פון די נאנט מיט די אידישע קאמיונטי, די סענאטאר איז אנגעקומען מיט זיינע אידישע חברים און נאכן באגריסן די בעלי בתים און אנפירער פון משביע און הערן א פונקלעכע באריכט פון זיי אויפן בית התשביל בכל פרטיו ודקדוקיו, האט ער זיך אנגעטוהן דעם שירצל און געטיילט עסן, נאכדעם האט מען מכבד געווען דעם סענאטאר צו צינדן חנוכה לעכט און טיילן געשמאקע דאנאטוס (Doughnuts) אויך האט דער סענאטאר מיט געברענגט דריידלך און עס אויס געטיילט פאר יעדעם איינעם.
אויפן וועג ארויס האט דער סענאטאר געטראפן קבוצות פון בחורים וואס זענען אהיים געקומען פון ישיבה און זיי האבן שיין באגריסט דעם סענאטאר פון עס פאסט זיך פאר בני תורה, אויך פאר זיי האט דער סענאטאר געטיילט דאונאטס מיט דריידלך.
דער סענאטאר האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו זעהן פון די נאנט זאכן פון די אידישע קאמיונטי.
ברוך המקדש שמו ברבים
נ.ב. משביע האט נאר פארשפרייט בילדער וואס מען זעהט נישט אויף דעם קיין מענטשען

 |
|
|