בית פורומים כל העולם כולו

Jezzy Rock-n-roll איסור קעגן ליפא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2006 02:09 לינק ישיר 
Jezzy Rock-n-roll איסור קעגן ליפא
מצורף קובץ

איך וואונדער מיך אלעמאל פון וואו די אוסרים קענען זיך אויס אזוי פונקטליך מיט אלע נעמען און אלע מאדעס.

אין קרית יואל איז די וואך געווען פארשפרייט אן איסור קעגן די Jezzy Rock-N-Roll טעיפ פון ליפא.

ליינט און האט הנאה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2006 21:34 לינק ישיר 

נו פלאש אראפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 17:50 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נייע טעיפ פון ליפא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 00:28 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז די אוסרים קעגען די פלעי האבען גענוג געזוכט די מארגנים, אין האבען געלאזט כסדר הודעות אויפן מאשין פון דעם נאמבער אויפן עד במשך וואכען, אבער קיינער האט זיך מיט זיי נישט מקשר געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2006 21:13 לינק ישיר 

דער טעיפ איז זיכער נישט חסידיש, אבער פארוואס ארויסגעבן אן איסור אויף א איד וואס איז א היימישער מענטש?

נאכדערצו אז עס קומען ארויס יעדן טאג אזעלכע טעיפס אויפ'ן גאס ואין פוצה פה.

יעדער טאטע ווייסט פאר זיך וואס ער האט צו טאן. ארויסגעבן איסורים אויף אזעלכע זאכן מאכט נאר א חוכא וטלולא פון די אוסרים.

די דרשות פון דרשנים און מנהלים זענען פונקט גענוג.

די מענטשן מיינען אז ס'איז א וויץ. איר ווייסט וואספארא פיינפולע טעג און וואספארא בושות אזא איסור מאכט פאר א מענטש אריבערגיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 10:44 לינק ישיר 

ווי איך הער האט איצא סאכדעס גערופן ליפא'ן און אים געסטראשעט מיט אן איסור.

ליפא האט אים אריינגעגעבן און געפרעגט "יעצט קאלסטו מיך? פאר דו האסט ארויסגעגעבן דעם איסור אויף די פלעי האסטו נישט געפינען פאר וויכטיג מיר צו קאלן. אגב האב איך דיר געוואלט זאגן א יש"כ ווייל אלע זיצן זענען געווען פול ביי די פלעי א דאנק די איסור."

שפעטער אינעם שמועס האט ליפא געזאגט פאר איצא: "איך האב נישט פארשטאנען וואס דער איסור אויפ'ן פלעי איז געווען ביז נאך שמחת תורה, ווען איך האב מיך געכאפט אז יוסף שפיל איז געגאנגען קאמפעטישאן מיט די פלעי וואס איז פארגעקומען אין סאטמאר-ראדני שמחת תורה..."



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/1/2006 09:23 לינק ישיר 

איך זע נישט וואס איז ראנג מיט די צעטל, הלואי וואלט מען אין וויליאמסבורג אויך געקענט ארומשיקן אזעלכע צעטלעך.
דו האלטסט אז סאיז גארנישט ראנג מיט ליפא? איך גלייב אז דו ביזסט נישט אזוי אומוויסנד.

תוקן על ידי - מקור1האמת - 01/01/2006 9:30:41



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2006 02:23 לינק ישיר 

פאר די אלע אוסרים.

דא האט איר דעם "דזשעזי" ניגון פון ליפא אל תדון חברך.

http://www.megaupload.com/?d=6XN6XZ23

הערטס עס גוט אויס פאר ס'כאפט ענק אן א פרישע תאוה ארויסצוגעבן אן איסור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 02:10 לינק ישיר 

אויך האט געהאנגען א צעטל פון די בית דין צדק ד'סקווירא קעגן ליפא.

ווער ס'קען אריינסקענען זאל עס ביטע טאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > Jezzy Rock-n-roll איסור קעגן ליפא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext