הערטס עס גוט אויס פאר ס'כאפט ענק אן א פרישע תאוה ארויסצוגעבן אן איסור.
נשלח ב-1/1/2006 09:23
איך זע נישט וואס איז ראנג מיט די צעטל, הלואי וואלט מען אין וויליאמסבורג אויך געקענט ארומשיקן אזעלכע צעטלעך.
דו האלטסט אז סאיז גארנישט ראנג מיט ליפא? איך גלייב אז דו ביזסט נישט אזוי אומוויסנד.
תוקן על ידי - מקור1האמת - 01/01/2006 9:30:41
נשלח ב-1/1/2006 10:44
ווי איך הער האט איצא סאכדעס גערופן ליפא'ן און אים געסטראשעט מיט אן איסור.
ליפא האט אים אריינגעגעבן און געפרעגט "יעצט קאלסטו מיך? פאר דו האסט ארויסגעגעבן דעם איסור אויף די פלעי האסטו נישט געפינען פאר וויכטיג מיר צו קאלן. אגב האב איך דיר געוואלט זאגן א יש"כ ווייל אלע זיצן זענען געווען פול ביי די פלעי א דאנק די איסור."
שפעטער אינעם שמועס האט ליפא געזאגט פאר איצא: "איך האב נישט פארשטאנען וואס דער איסור אויפ'ן פלעי איז געווען ביז נאך שמחת תורה, ווען איך האב מיך געכאפט אז יוסף שפיל איז געגאנגען קאמפעטישאן מיט די פלעי וואס איז פארגעקומען אין סאטמאר-ראדני שמחת תורה..."
נשלח ב-1/1/2006 21:13
דער טעיפ איז זיכער נישט חסידיש, אבער פארוואס ארויסגעבן אן איסור אויף א איד וואס איז א היימישער מענטש?
נאכדערצו אז עס קומען ארויס יעדן טאג אזעלכע טעיפס אויפ'ן גאס ואין פוצה פה.
יעדער טאטע ווייסט פאר זיך וואס ער האט צו טאן. ארויסגעבן איסורים אויף אזעלכע זאכן מאכט נאר א חוכא וטלולא פון די אוסרים.
די דרשות פון דרשנים און מנהלים זענען פונקט גענוג.
די מענטשן מיינען אז ס'איז א וויץ. איר ווייסט וואספארא פיינפולע טעג און וואספארא בושות אזא איסור מאכט פאר א מענטש אריבערגיין?
נשלח ב-2/2/2006 00:28
איך האב געהערט אז די אוסרים קעגען די פלעי האבען גענוג געזוכט די מארגנים, אין האבען געלאזט כסדר הודעות אויפן מאשין פון דעם נאמבער אויפן עד במשך וואכען, אבער קיינער האט זיך מיט זיי נישט מקשר געווען.