בית פורומים כל העולם כולו

הצעה: האלטן דעם פארום אויף א הויכן ניווא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2006 07:16 לינק ישיר 
הצעה: האלטן דעם פארום אויף א הויכן ניווא

כל העולם כולו אויפ'ן פארנעם פון חדשות בארא פארק און חדשות ניו יארק


איך קום דא מיט א פארשלאג צו אלע חשוב'ע חברים אז מען זאל האלטן דעם פארום אויף א הויכן ניווא, אז נארמאלע מענטשן זאלן זיך טרעפן דא דאס פלאץ.

פארוואס קום איך צו ענק מיט די פארשלאג ווייל זיך אומקוקנדיג דא די לעצטע פאר טעג האב איך געזען אלס מער און מער אז די נארמאלערע באזעסענערע גולשים זענען געקומען צו אונז און די אומציוויליזירטע אומדיסציפלינירטע גולשים זענען געגאנגען צו דעם אנדערן פארום, איז מיר איינגעפאלן אז אויב שוין יא אזוי זאלן מיר ארויפברענגען דעם ניווא פון אונזער פארום אויף דעם זעלבן פארנעם ווי עס פלעגן זיך פירן די פארומס חדשות בארא פארק און חדשות ניו יארק (איינער געדענקט זיי נאך?) וואו עס איז געווען א נחת אריינצוקומען, עס זענען טאקע פארגעקומען היציגע דיסקאשענס אבער אלעס איז געגאנגען מיט א מורא'דיגן רעספעקט און אינטעליגענציע.

איך וועל אין דעם אשכול ארויפלייגן עטליכע הצעות וויאזוי מען קען זיכער מאכן אז דער ניווא פון דעם פארום בלייבט הויך אז די וועלט זאל זען אז ס'איז דא נארמאלע מענטשן אויך אין אונזערע קרייזן.

און ניין, איך האב גארנישט מיט'ן פארום, איך בין א פלעינער גולש ווי ענק אלע, אבער איך האב אויך דעם זעלבן רצון ווי ענק אלע אז דער פארום זאל זיין א פלאץ וואו נארמאלע מענטשן זאלן זיך קענען אויסטשוכען אין א נערוועזן מינוט און סתם אזוי געוואויר ווערן אינטערעסאנטע נייעס אין יעדע צייט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 09:22 לינק ישיר 

the votes can be done on mesenger



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/1/2006 08:54 לינק ישיר 

ארענדאר
זייער גיט אבער דער חלק פין וואטען אויף נאדניקס איז נישט דארעכפיהרבאר
די האסט א גיטען פארשטאנד אין אפשר טראגסטי אהן ארויסהעלפען אינזערע חשובע מנהלים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 08:30 לינק ישיר 

איך בין מיט דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2006 07:50 לינק ישיר 

שווערער פראבלעם: נודניקעס


און יעצט קום איך צו די מנהלים מיט א פארלאנג אז די חברים זאלן קענען האבן א רעכט חוסם צו זיין די נודניקעס וואס פארדרייען אונז אלע א קאפ און ברענגען אראפ דעם ניווא פון יעדן נארמאלן פארום.

אזוי ווי דער מנהל לאזט נישט שרייבן קיין נעמען וועל איך נאר שרייבן ברמיזה.

אין פארום חדשות אנש איז געווען איין גולש וואס איז געקראכן אויף אלעמענ'ס נערוון מיט זיין אומהיילבארע שגעון אז ער מוז האבן די לעצטע ווארט, אפילו ווען ער האט נישט וואס צו זאגן. אין געוויסע פעלער האט ער איבערגעזאגט די זעלבע זאך איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, ביז זיין צד שכנגד איז מיד געווארן.

נאכדעם איז געווען אן אנדערער גולש וואס האט אראפגעברענגט דעם ניווא פונעם פארום מיט זיינע מיאוס'ע אטאקעס אויף כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסטאמאר שליט"א.

עס מוז זיין א סיסטעם וואו מען זאל קענען אריינגעבן קאמפלעינטס קעגן אזעלכע גולשים און די מנהלים זאלן דורכפירן אן אפענע וואוט וואס זאל זיין גאר יושר'דיג, און וויאזוי רוב פון די וואוטערס וועלן שטימען וועלן די מנהלים טון. דהיינו, אויב רוב שטימען אז מען זאל חוסם זיין יענעם זאלן די מנהלים יענעם חוסם זיין.

מען קען מאכן אז עס זאלן וואוטן 10 אהרונים און 10 זאלונים א.ד.ג. דער מנהל קען באשטימען א באורד פון 20 חברים וואס זיי זאלן שטימען איבער אזעלכע נודניקעס וואס עס קומען קאמפלעינטס קעגן זיי, און וויאזוי רוב פון די 20 מענטשן וואוטן אזוי זאלן די מנהלים טון.

אזוי וועט קיינער נישט קענען באשולדיגן די מנהלים אין זיין אומ'יושר'דיג, ווייל ער פאלגט דאך אויס די יושר'דיגע פארלאנג פון די חברים.

וואס זאגט איר צו דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 07:39 לינק ישיר 

בין אדם לחבירו


מען קען האבן פריינטליכע שמועסן און דעבאטעס אבער לאמיר ביטע נישט נוצן אזעלכע אויסדרוקן ווי גולם, טיפש, פערד, א.א.וו. ווען מיר רעדן איינער צום אנדערן.

נאר רעדן מיט רעספעקט אז מענטשן מיט זעלבסט-ווירדע זאלן זיך שפירן שטאלץ דא צו דרייען, ליינען און שרייבן.

כבוד רבנים

איך האלט נישט פון געוויסע רבנים, אבער פונדעסטוועגן נעם איך מיך אונטער אויסצופאלגן די תקנה פון אונזער פארום נישט צו שרייבן איבער קיין שום רב אן דעם טיטול ר'.

און ווייטער, איך מיין נישט די רבנים, איך מיין די מענטשן מיט זעלבסט-ווירדע.

להבדיל דער טיימס רופט יעדן איינעם מיטן טיטול מר., אפילו די גרעסטע פארברעכערס און קרימינאלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 07:32 לינק ישיר 

וואלגארישע אומאיידעלע אויסדרוקן


עס האט זיך שוין ב"ה אזוי ארויסגעשטעלט אז ביי אונזער פארום טוט מען אזוי, דעריבער וויל איך עס נאר דערמאנען פאר'ן ציבור, אז מען זאל עס וויסן אויף להבא.

איך רעד דא פון די געמיינע אויסדרוקן וואס ווערן ברייט באנוצט דורך אזעלכע גולשים ווי xxxx, xxxx און xxxxx אינעם אנדערן פארום.

מאכן א דזשאוק איבער צניעות ענינים איז אין יענעם פארום א נארמאלע ערשיינונג, דורך די זעלבע מענטשן וואס האמערן טאג איין טאג אויס אז אונז זעמיר גאר די נישט ערליכע און נישט איידעלע סאטמארע אידן, און זיי זענען גאר די אמת'ע פרומע סאטמארע אידן וואס האבן זיך געדרייט ביים רבי'ן זי"ע.

איך רעד שוין נישט פון די עקלהאפטיגע בילדער וואס ווערן דארט ארויפגעלייגט, וואס איז ממש א גרויל וויאזוי ערוואקסענע מענטשן זאלן האבן הנאה צו פארשפרייטן אזעלכע בילדער.

איך רעד פון די עקלדיגע וויצן וואס ווערן געמאכט איבער נשים און צניעות, וואס א מענטש מיט אביסל זעלבסט-ווירדע עקלט זיך דאס צו ליינען.

און ניין, איך בין נישט קיין אגענט פון דעם ועד למשמרת, איך בין א פשוט'ער מענטש וואס האט אביסל זעלבסט-ווירדע, און להבדיל אפילו א נארמאלער גוי עקלט זיך צו ליינען ארטיקלען געשריבן מיט א געמיינעם שפראך.

געטס א קוק אויפ'ן ניו יארק טיימס, א ליבעראלע צייטונג, אבער פונדעסטוועגן איז עס די צייטונג וואס אלע אינטעליגענטע מענטשן ליינען. משא"כ דער "פאוסט" ווערט געליינט דורך די נידריגע עלעמענטן.

איר ווייסט פארוואס? זייער פשוט, א מענטש מיט אביסל זעלבסט-ווירדע עקלט זיך צו ליינען געשרייבעכצער אין וועלכן מען נוצט געמיינע אויסדרוקן, אפילו אויב דער מענטש פאר זיך איז נישט קיין פרומער, באדערט אים אבער אז "יענער האלט מיר פאר אזא פראסטער מענטש, אז ער נוצט אזא שפראך צו רעדן צו מיר".

אלזא, לאמיר זיך אויפפירן ווי אינטעליגענטע מענטשן מיט זעלבסטווירדע, און נישט טאלערירן אז דא זאל ווערן א בית הכסא. לאמיר זיין ווי להבדיל דער טיימס און רעדן נאר איידל.

ווען מען זעט וויאזוי איינער שרייבט מיט א ביליגן וואלגארישן שפראך זאל מען פראטעסטירן אויף די העכסטע טענער און פארלאנגען פונעם מנהל ער זאל עס אויסמעקן, און אויב יענער טוט עס נאכאמאל און נאכאמאל זאל אים דער מנהל חוסם זיין.

תוקן על ידי - ארענדאר - 01/01/2006 7:32:13

תוקן על ידי - כל_העולם - 01/01/2006 7:34:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 07:18 לינק ישיר 

מיר אין די הנהלה שטייען גרייט צו הערן פון דיר און פון אלע חברים פארשלאגן און הצעות צו פארבעסערן דעם פארום !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הצעה: האלטן דעם פארום אויף א הויכן ניווא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext