| נשלח ב-1/1/2006 09:31 |
|
| |
הערליכע באטע שבת אין הופער
לכבוד שבת חנוכה האט ר' מענדעל געפירט צו די ערשטע מאל א באטע אין בהימ"ד אין הופער, וואו סאיז זיך צאמגעקומען הונדערטער אידן זינגען שירות ותשבחות, און הערן די געוואלדיגע דברי תורה פון הגה"צ ר' מענדל שליט"א.
איך בין ליידער שוין אנגעקומען צו שפעט, און כבין נאך געזיצן אביסל אינדרויסן ביי א זכר (סאיז געווען פיר אדער פינף זכרים), אזוי אז איך האב פארשפעטיגט די תורה, אבער מענטשן האבן עס דארט פעסט איבערגעשמועסט, און מהאט געזאגט אז סאיז געווען הערליך.
די מעשיות האב איך יא געהערט, און ער האט געזאגט א אינטרעסאנטע מעשה, אז סאיז באקאנט וואס דער רבי זאל זיין געזונט דערציילט אלעמאל אז זיין מאמע איז געווען ביים שינאווער רב און געבעטן א ברכה פאר קינדער, און דער שינאווער רב האט איר געהייסן אנטון זיין גארטל.
האט ר' מענדל דערציילט אז ער האט אמאל דערציילט די מעשה פאר פשעווארסקער רבי ר' לייבוש, און ער האט געזאגט אז די גאנצע מעשה קען נישט זיין אמת, ווייל א פרוי טאר נישט אנטון א קלייד פון א מאן.
האט ר' מענדל געזאגט ווייטער, אז ער איז אריין שפעטער צו זיין זיידע דער רבי זאל זיין געזונט, "דעמאלטס האט מען מיך נאך אריינגעלאזט", און אים געפרעגט, האט דער רבי געזאגט אז ער ווייסט נישט, ער האט געהערט פון זיין מאמע אזוי די מעשה.
ר' מענדל האט געענדיגט, אז שפעטער האט ער דורכגעארבעט די הלכה, און געזען אז מקען יא טרעפן א היתר עס אנצוטון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 08:05 |
|
| |
!!!!!!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 01:53 |
|
| |
אנשולדיגט אנטווערפענער:
די שרייבסט וויא א נאר >אין דיין תגובה האט קיין שום אינהאלט אין דיין צרת עיין תגובה פארדינט נישט קיין ענפער ,דיין תגובה איז אין נוסח פין ענקער חכם אין
ראש משה בן פראדעל וואס ווען ער ווערט אויגערעגט אין
האט נישט קין ענפער געט ער א ריזיגע שפיי אין ער מיינט אז אלע שונאים וועלען דערטרינקען ווערען אין זיין שמיציגע שפיי
איך האט א לימוד זכות:
עס שטייט משוך חסדך ליודעך קל קנה ונוקם , דהיינו
דער בוכה"ע נעמט נקמה דארך וויזען זיינע חסדים
אין וויא קען מען זען גרעסערע חסדים אז דער שלשלת פין מנהיגות ציט זיך וייטער דארעך די אייניקליך פין די צדיקים לבית טייטעלבוים
אין בעיקר דארך זייערע אייניקלעך "תלמודיי חכמים" וואס הארעווען אויף תורה אין זענען זיך מייגע איוף תורה,
זיי פראווענען טישען אנגעפילט מיט תורה ויראת שמים>
זייער חינוך איז געשטעלט אויף חסידות מיט א תוכן
וואס איז באזירט אויף תורה ויראת שמים
(יא איר קענט אריינגיין אין חאטש וועלכע ישובות מאנארוי>
היכל התורה >קרן התורה>שעריי תורה,באר התורה >וכו" אין איר קענט זיך אליין איבערצייגען)
זיי זענען זיך אליין מייגע מיט זייערע הודערטע תלמידים
אין לערנען טאקע אליין מיט די תלמידים אין זענען מחנך א הערליכע דור צי תורה ויראת שמים>לתפארת בית סאטמערער וסיגוט עד ביאת ינון בב"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 00:22 |
|
| |
נעבעך, ער האט נישט בעסער וואס צו טון, ער מוז מאכן מעשיות און האקן אויף איינעם פון די גרעסטע צדיקי הדור.
אוי נעבעך, מלאזט אים נישט אריין צו זיין זיידע, אז ער זאל ווייטער קענען פארציילן אזעלכע מעשיות ווי זיין זייע באשמיצט די הייליגע שינאווער רב זי"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 23:10 |
|
| |
איך בין אויך דארט געוועהן, איך האב נישט צי שטארק מיט געהאלטען, אבער איך האב געזעהן ווי דער עולם לעבט מיט!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 21:50 |
|
| |
(באקומען אין אישית: איך האב אביסל אויסגעבעסערט דאס לשון)
הערליכע תורה פון הגה"צ אב"ד ור"מ דקהל יטב לב אנטווערפן שליט"א
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער "והדליקו נירות בחצרות קדשיך", וואס יעדער פרעגט וואו קומט דא אריין די "חצרות", אזוי אויך, פארוואס שטייט אלעס בלשון יחיד, "היכלך", "מקדשך", נאר דא שטייט "חצרות" מיט א לשון רבים ?
האט דער רב מסביר געווען, אז באמת פרעגט דאך דער ישועות יעקב, וואס איז די גרויסע פרייד אז דער רבש"ע האט געמאכט א נס, די גמרא זאגט דאך אז "מי שנעשה לו נס מנכין לו מזכיותיו", קומט דאך אויס אז דורכדעם וואס מ'האט זיי געמאכט א נס האבן זיי דערלייגט פון זייערע זכיות, דאן וואס איז די גרויסע שמחה ?
כדי צו פארענטפערן האט דער רב מקדים געווען א יערות דבש, וואס איז מסביר אז די סיבה פארוואס מ'איז מנכה פון די זכיות איז ווייל עס איז לא ימלט אז דער מענטש זאל נישט קומען צו גאוה ווען עס געשעט אים א נס, דעריבער איז מנכין לו מזכויותיו. לייגט דער יערות דבש צו, אז אויב אבער עס קומען ארויס פון דעם מענטש גוטע קינדער, ווי צב"ש חנני' מישאל ועזרי', דאן קומט דאך דער מענטש נישט צו צו קיין גאוה, ווייל ער איז תולה דעם נס אין זכות פון די גוטע קינדער וואס דארפן פון אים ארויסקומען, דאן איז יא כדאי אז עס זאל מיט אים געשען א נס, ווייל ער דערלייגט דאך גארנישט.
און דער רב האט דערנאך געזאגט, אז מ'קען פארענטפערן דעם ב"י קשיא (כ'מיין ער האט עס נאכגעזאגט פון עמיצן), אז ווי באקאנט איז יענע יאר כ"ה כסליו געווען ערב שבת, און די אידן האבן געוואלט צינדן שבת ליכט האבן זיי גענומען פון דעם שמן אויך פאר די שבת ליכט [וואס עפעס פון די שמן ? ווייל זיי האבן געזען אויף די שמן דעם שם הוי' - ווי דער ישמח משה זאגט שוין - און ער האט נאכגעזאגט פון רבי'ן ז"ל אז דאס וואס די גמרא זאגט "הרגיל בנר הווין לי' בנים תלמידי חכמים", און רש"י זאגט דערויף אז רגיל מיינט "לעשותו יפה", אז דאס מיינט אז ער האט אינזין צו מאכן דעם זיווג פון הוי"ה אדנ"י, וואס וועט לעתיד "עולה יפ"ה זיין", ווי ס'איז באקאנט דער ווארט פון ראפשיצער רב. דעריבער האבן זיי דייקא פון די שמן געוואלט צינדן די נרות שבת].
במילא אז זיי האבן געצינדן מיט דעם די נרות שבת און געמאכט דעם "הרגיל בנר" וואס מיינט "לעשותו יפה", אויטאמאטיש זענען זיי זוכה צו בנים תלמידי חכמים, און במילא האבן זיי שוין נישט קיין פראבלעם געהאט פון דעם נס, ווייל אז זיי וועלן האבן גוטע קינדער איז דאך שוין נישט "מנכין לו מזכויותיו", ווי דער יערות דבש זאגט.
דאס זאגט דער פייטן, "והדליקו נרות בחצרות קדשיך", ד.ה. אז די חשמונאים האבן יעדער ביי זיך אין חצר געצינדן נרות שבת, איז דאך שוין הוויין לי' בנים תלמידי חכמים, און ס'איז נישטא דער "מנכין לו מזכויותיו", במילא קען מען טאקע "להודות ולהלל לשמך הגדול", ווייל ס'איז שוין נישט שווער דעם ישועות יעקב'ס קשיא !
ודפח"ח וש"י !
 |
|
|
|
|
|