בית פורומים באבוב

מסירות נפש - ווער קען פארשטיין?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2006 17:51 לינק ישיר 
מסירות נפש - ווער קען פארשטיין?

החסיד הישיש ר' משה דוד שטראם נ"י האט פארציילט נעכטען נאכט ביי מלוה מלכה אז דער פריערדיגער רב ז"ל האט אמאל פארציילט א מסירות נפש פון א לימאנאווער יוד. דער יוד האט געהאט א ברודער וואס איז ל"ע אפגעפארען פון יודישען וועג, געפארען קיין אמעריקא און זיך גשמד'ט. ער האט זיך ארויפגעארבעט ביי די גוים ביז ער איז געווארען א גלח רח"ל. ווען ער איז געשטארבען האט ער איבערגעלאזט זיין גאנצע פארמעגן צום ערליכען ברודער אין גאליציע. עס האט זיך געהאנדעלט פון $60,000 - א הון תועפות בימים ההם.

ווען מען איז געקומען דערציילען דעם יוד אז זיין ברודער האט איהם איבערגעלאזט אזא סכום האט ער אבער פון גארנישט געוואלט וויסען און בשו"א נישט געוואלט נעמן ס'געלט. די שופטים פון שטאט האבען איהם געשיקט צו א דאקטאר פעסטצושטעלן אז ער איז ביים פולען דעת, ווייל זיי האבען נישט פארשטאנען וויאזוי א מענטש קען אפזאגען אזא סכום. דער יוד האט אפי' געשיקט צום קדושת ציון בעטען אז דער רבי זאל איהם נישט הייסען נעמן דאס געלט.

בקיצור הדברים, דער יוד האט נישט געקוקט אויף דעם ריזן סומע געלט און עס נישט גענומען.

ווען דער פריערדיגע רב האט דאס אמאל דערציילט בנוכחות בן ציון האט ער געפרעגט זיין טאטן וויאזוי איז מעגליך אז דער יוד האט נישט גענומען די געלט? עס רעדט זיך דאך פון א גרויסע סומע!

האט איהם דער פריערדיגער רב ז"ל גענטפערט מיט די האנט אוועק, דו קענסט דאס נישט פארשטיין, דו ביזט שוין געבוירען אין אמעריקע און געגעסן אמעריקאנער תענוגים וועסטו דאס קיינמאל נישט פארשטיין!

ע"כ סיפר ר' משה דוד הנ"ל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > מסירות נפש - ווער קען פארשטיין?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext