בית פורומים כל העולם כולו

פארשידענע עצות פאר די הצלחה פונעם פארום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2006 23:59 לינק ישיר 
פארשידענע עצות פאר די הצלחה פונעם פארום

ווי יעדער האלט דא מיט, איז דא אויף היידפארק א אפיציעלע/אומאפיציעלע פארמעסט, ווער זאל איבערנעמען חדשות אנש, צווישן כל העולם כולו, מיט חדשות אנש דסאטמאר

ווי יעדער ווייסט, איז די הצלחה פונעם פארום, צו ברענגן וויכטיגע און אינטערעסאנטע נייעסן, אזוי אויך, איבערשמועסן די לעצטע געשעהנישן, און אויך, מיטצוהאלטן דעבאטעס פון די צוויי זייטן.

ווי יעדער פארשטייט אויך, קען מען דאס דריטע זאך, דעבאטעס נישט פירן צווישן זיך מיט זיך, עס מוז זיין צווישן מיר מיט דיר, דעריבער שטעלט זיך ארויס א פראבלעם אויבנאויף, אויב אלע זאלי'ס גייען צו איין לאגער, און אלע אהרונים צו די אנדערע איז נישטא קיין פארמעסט

למעשה, האלט איך אז אדרבה, די איצטיגע פארמאט וועט אי"ה זיין מיט מער הצלחה ווי די ביז איצטיגע חדשות אנש, און עס איז געבויעט אויף 'אייןסאטמאר' עצה

[איין סאטמאר האט אראגעברענגט וואס קרןהתורה13 האט געשריבן אויף חדשות אנש דסאטמאר, און גע'ענטפערט דא ביי אונז]

און דאס איז, האבן א פארום מיט שטארקע תקנות, וואס וועט צושטעלן, אינטערעסאנטע נייעסן, אנאליזן איבער די געשעהנישן, און אויף דעבאטעס איבער די פאסירונגען

וועט איר פרעגן די זאליס ענטפערן דאך נישט דא

איז מיין עצה, צו טאן וואס אייןסאטמאר האט געטאן, אראפברענגן פון די צד השני זייערע שטעלונגען, 'אבער', 'אבער' נאר מיט א גרויסע 'אבער'

און דער 'אבער' זאל זיין, אז די גולשים, און די מנהלים זאלן דאס איבערקוקן און אין אנהייב פארסירן, אז נאר די אינטערעסאנטע, תוכן'פולע, ווערטפולע טענות פון די אנדערע זייט, זאל מען קענען אראפברענגן

דהיינו, אויב איין פון חכמי כעלעם וועט אנהייבן טענה'ען אז אין קרית יואל איז דאס 200/300/400 בחורים און אין קווינס איז דא 600/700/800 בחורים, זאל דאס נישט קענען ווערן קיין אישו, פאר עטליכע סיבות, איינס עס איז קינדיש, 'איך האב מער' 'איך בין שטערקער', ווייל ווער עס וויל באמת וויסן קען קויפן די ליסטעס פון די צוויי ישיבות [אני הקטן האט ביי מיר אין באזיס ביידע און אין קרית יואל איז דאס 608 און אין קווינס 535] און זיך אליין איבערצייגן די מציאות, צווייטענס, עס איז א 'נעווער ענדינג סטארי' מען האלט אין איין שרייבן און צוריק שרייבן, און דריטענס והוא העיקר עס ברענגט אראפ די ניווא פונעם פארום

אנדערע אישו'ס, ווי ווער עס איז שולדיג אין מציצה בפה, עירוב, דין תורה, כח העסקנות, און נאך פיל אנדערע אויב ברענגן די אנדערע זייט אראפ פאקטן, שטארקע סברות, וואס האט איז זיך אמת, אדער תוכן, אדער שכל, מעג און דארף דא אראפגעברענגט ווערן, ווייל נאך אלעם, ווילן די אידן דא אויף כל העולם כולו וויסן אויב איז דא א פראבלעם, שטייען מיר שטארק אדער שוואך, האבן מיר יא אדער נישט באגאנגן א עוולה, זענען מיר יא אדער נישט באגאנגן א גרויסער סטראטעגישער טעות

דעריבער, ווענד איך מיר דא צו די מנהלים, חשובע גולשים, מיט א פארשלאג און פראגע

זאלן מיר האבן די מעלות פון ביידע זייטן, אבער אויך א אינטערסאנטע 'נארמאלע' פארום, און מקיים זיין דעם 'תוכו אכל קליפתו זרק', און וויאזוי זאל מען דאס איינפירן

האטס מיר אלע א פרייליכן חנוכה



תוקן על ידי - kjalliance - 01/01/2006 23:59:23

תוקן על ידי - kjalliance - 02/01/2006 0:00:50

תוקן על ידי - kjalliance - 02/01/2006 0:02:04



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 19:38 לינק ישיר 

פאקטיש איז שלום משה גערעכט

אבער פאקטיש יעצט אין אנהייב דארף מען פרובירן צו באלאנסירן ביידע זייטן, האבן "אסאך" נייעס - פאקטיש קוקן רוב מענשטן 'אויך' אויף ווער ס'איז ביזי- און פון די צווייטע זייט, שטעלן די פארום אויף די ריטיגע רעלסן

ממילא האלט איך אויך ווי קעי דזשי אלייענס, אבער פאקטיש בלייבט די באשלוס ביי די מנהלים, די גולשים ווערן אבער געבעטן צו שרייבן וואס זיי האלטן,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 19:14 לינק ישיר 

KJAlliance

פיין געשריבען

אבער, דאס אז זיי דארפן האלטן אין איין עפענענן ניקס
אין בעטען דעם עולם צי קימען אהין
ווייזט אז דא איז ב"ה זייער גיט

אבער אינטערסאנט, יעצט אז עס איז געווארן אפגעטיילט די זאליס פין די ארונים זעט מען מען זייער שטארק
אז דא איז ע"פ רוב נערמאלע שרייבערס
אין דארט איז ע"פ רוב צידרייטע בעבישע,

אדרבא איבער צייגט זיך אליינס

וואס איז די פשט דערפין?????



תוקן על ידי - שלום_משה - 02/01/2006 19:14:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 18:11 לינק ישיר 

איך האלט נאך אלס, אז עס איז נישט קיין גיטע איידיע.
ווייל לאמיר זיך נישט אליין פאפען, אינז גיי מיר אלע אהין זעהן וואס דער שונא שרייבט, אין קיינער קען זיך נישט איין האלטען.
אין טאמער וועלען מיר כסדר ברענגען פין דארט זייערע טאפיקס, דעמאלסט וועלען מיר אויס זעהן ווי געזינטע פולס, אז אינז קענען מיר נישט אליינס מאכען אישאס פין וואס צי רעדען.
די בעסטע עצה איז, זאל יעדער זיך גיין זיין וועג אין פארטיג.

שפיצער:
די ביזט פריי צי האלטען וואס די ווילסט,
אין יעדער איז פריי צי גלייבען וואס זיי ווילען,
איך בין בכלל נישט ברוגז אז די ביסט מיך חושד,
עס איז זייער נארמאל אין קליג נישט צי טראסטען א נייע ניק,
איך האלט אויך אזוי ווי די.

אבער גיב אכט, אויב ביסטי אמאל חושד א סענסיטיוו ארויני אלס זאלי, דעמאלסט קענסטי ריזיקירען מיט פארלירען א פאטענציאלע גיטען שרייבער.

אין נישט יעדער וואס האט א אנדערע מיינונג ווי דיר, איז א זאלי.
KJ האט דאך געפרעגט וואס דער עולם האלט, איז פארוואס טאר איך נישט זאגען מיין מיינונג?

אין נאך מער, פין ווי ווייס איך ווער די ביסט עכט?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 06:07 לינק ישיר 

קעי דזשעי אלייענס האט א גוטע פארשלאג.

איך שטיץ עס הונדערט פראצענט.

ווען איינער זעט עפעס אויף יענעם פארום, און עס ברענט אים זייער שטארק צו ענטפערן זאל ער אהערברענגען דא יענעמס ווערטער און דא מגיב זיין.

די בעסטע זאך איז אז מען זאל איגנארירן יענע פארום און זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אבער נישט יעדער איינער האט א כח המעצור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2006 02:27 לינק ישיר 

רבותי !

אלעס ווערט גענומען אין באטראכט, די מנהלים דארפן נאך אויסארבעטן פארשידענע פרטים, אבער איר וועט גאר בקרוב הערן פון אונז אי"ה !

מיר שטייען גרייט מיט אפענע אויערן צו הערן די פארשלאגן פון יעדן איינעם, אבער ביטע נישט פארפלייצן דעם פארום מיט הילף פארשלאגן, יעדע זאך וועט אי"ה באזונדער אויסגעהאנדלט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 02:17 לינק ישיר 

(לויט מיין עקספירינס איז ני יארק א זאלי וואס שפילט ארויני)

איך בין מיט Kj איך האלט אבער אז יעדער ניק וואס ברענגט עפעס פון דארט דארף זען אייז ס'זאל זיין לויט די תקונת פון דא און ס'זאל זיין אויף זיין אחריות
מ'קען נישט פארלאנגן פון די מנהלם אזוי סאך
און מ'זאל נישט עפענן א נייע אשכול נאר אריין לייגן און די אשכול פון יענע דיסקאשון אויב עס איז שוין דא איין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2006 00:21 לינק ישיר 

ניו יארק

א תירוץ און א פראגע

א תירוץ, במציאות, זענען רוב נארמאל שרייבער אהרונים......., והשנית, זאלן זיי אויף פרובירן, [זיי וועלן נישט ווייל דעמאלטס וועלן זיי נישט האבן קיין אשכולות,] און דריטענס, וועט יעדער קענען זעהן מה בין ברי לבן חמי

ווידער, ווי געשריבן איז נאך אלץ דאס דער פארלאנג פון וויכטיגע נייעסן, און אנאליזן, און די אישו איז נאר איבער דעבאטעס

און איבער 'פול טיים', האב איך שוין געשריבן, אז מען דארף שטעלן פעסטע יסודות, און עס אין "אנהייב" גוט און שטארק פארסירן, און די 'רעסט וויל פאול אין פלעיס'

דאס איז מיין תירוץ

מיין קשיא צו דיר איז

אמת, אין קווינס איז דא צדיקים... גענוג און נאך, אבער למעשה, איז יעדער בחור פון די 15-ביז די חתונה, א בחור וואס איז נישט קיין מצוין, אין א מצב, וואס ער איז

איז דעריבער, פארשטיי איך נישט ווי א נארמאלע מענטש זאל גיין און אנהייבן דעבאטירן, אז אין א ישיבה איז דא באמעס, ליידיגייער, אויב איז 'אי אפשר לבר בלא תבן' איז דאס 'פי כמה' ביי בחורים

און באשולדיגן די פארטייען איז נאריש, אויב שרייבן מען א די פראצענט, איז זייער גרויס, און די מנהלים זענען נישט גוט, איז נאך דא א נקודה

אבער, למעשה די תוצאה קען זיין געפערליך, בפרט, איצט אין אזא פארום, וואס די תינוקות פון 'דער איד' קען אנהייבן מיט אפענע רמזים אויף די 'פויגלדיגע' בחורים פון אונזער לאגער [יא איך זאג בפה מלא אז עס דא און עס איז דא]

אך און וויי פאר אונז אז אונזער תירוץ וועט זיין אז מיר וועלן שפילן איינס פאר איינס און ארויסגעבן זייערע נעמען,

דעריבער 'ניו יארק' אויף אזא פאל איז געזאגט געווארן 'חכמים הזהרו בדבריכם'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 00:11 לינק ישיר 

זיי קענען דאך טון די זעלבע זאך!
אויב אזוי, וואס האט מען אויפגעטין?
אויך, ווילסטי מאכען פין די מנהלים, פול טיים מנהלים.
איך גלייב נישט אז זיי האבען אזוי פיל צייט, צי איבער גיין, אין אנליזירען, דאס אלעס.
אויך וועט די צענזור זיין גאר גרויס.

מיין מיינונג איז,
אז דאס וועט נישט ארבעטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארשידענע עצות פאר די הצלחה פונעם פארום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext