| נשלח ב-2/1/2006 19:27 |
|
| |
פארשלאגן וויאזוי צו פירן דעם פארום
אין די לעצטע פאר טעג זענען א טייל פון די וועטעראנען גולשים אויף היידפארק געקומען דא אין פארום פארשלאגן ברבים עטליכע גאר גוטע עצות און פלענער בנוגע דאס ווייטערדיגע פירן דעם פארום על צד היותר טוב.
מיר אין די הנהלה שטייען גרייט צו הערן פון יעדן איינציגן גולש וואס ער האט פארצושלאגן צו פארבעסערן דעם ניווא פונעם פארום, אבער כדי עס זאל נישט ווערן קיין פארפלייצונג פון טעמעס, ווילן מיר דעריבער איינפירן ווי פאלגנד:
יעדע הצעה וואס ווערט פארגעשלאגן, ברבים אדער אין אישית, און עס זעט אויס ווי אן ערנסטע הצעה, וועט ארויפגעשטעלט ווערן אויפן פארום אונטער א "אנקעטע" אשכול. דער אשכול וועט ווערן א אשכול עוגן פאר א שטיק צייט, און יעדער וועט האבן די רעכטן דארט צו זאגן זיין מיינונג אויף יעדן פארשלאג, די הנהלה וועט באטראכטן אלע מיינונגען, און דערנאך וועלן אלע מנהלים אינאיינעם אפמאכן וואס עס איז דאס בעסטע.
אויב איר ווילט נישט שרייבן אינעווייניג, קענט איר שיקן אייער ארגומענט אין אישית צו איינעם פון די מנהלים.
אדער קענט איר עס שיקן צו [email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 14:12 |
|
| |
פארשלאג #1
נאכן הערן דעם מיינונג פון די חשוב'ע חברים, איז אונזער פארשלאג ווי פאלגנד:
1) קיין שום ניק וועט נישט ווערן מאושר פאר דריי טעג פונעם פארלאנג, אויסער אויב עס איז אן אלטער ניק, אדער ער קען צושטעלן א המלצה פון אן אלטן אנגעזעענעם ניק.
2) א ניק וואס ווערט מאושר, טאר נישט עפענען קיין פרישע אשכולות איידער ער שרייבט 20 געהעריגע תגובות. ווער עס איז עובר אויף די תקנה ווערט באלד נחסם.
די הנהלה נעמט זיך די רעכטן צו באשליסן וועלכע תגובה הייסט געהעריג, און וואו און ווען צו פארסירן די תקנה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 22:29 |
|
| |
ווען שוין א פאול, ס'קען זיין אז ס'כדאי נאכצוקוקען איינער פון די סייטס וואס לאזט מאכען פאולס אומזינסט און צושטעלען א געהעריגע פאול, מיט א לינק.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 21:38 |
|
| |
ביטע נישט שרייבן אין דעם אשכול, דער אשכול איז באשטימט נאר פאר די הנהלה.
יישר כח.
|
|
|
|
|