בית פורומים כל העולם כולו

אנקעטע #1: אפשפארן פאר נייע שרייבער ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2006 19:59 לינק ישיר 
אנקעטע #1: אפשפארן פאר נייע שרייבער ?

צוליב די - נארישע - מלחמה צווישן די צוויי פארומ'ס, וויל איך ארויפברענגען א פארשלאג וואס ברענט מיר דאס מערסטע.

איך האב באקומען ווארענונגען אין אישית אז מען גייט סאבאטאזשירן דעם פארום, אלס "נקמה", ווייל עס איז דא ווער עס עפנט נארישע אשכולות אין אנדערן פארום פאר סאבאטאזש.

צוערשט וויל איך זאגן קלאר, אז קיינער פון די הנהלה האט נישט קיין שייכות מיט סאבאטאזש אין סיי וועלכן פארמאט. אדרבא, ווער עס וויל העלפן דעם פארום זאל אריינלייגן דא דעם מאקסימום וואס מעגליך, נאר אזוי וועט דער פארום אי"ה מצליח זיין.

בנוגע דעם סטראשע, וואלט איך געוואלט איינפירן א נייע תקנה:

פון יעצט און ווייטער קען קיין שום נייער ניק נישט באקומען קיין אישור פאר צוויי וואכן פון ווען ער האט עס פארלאנגט. אויסער אויב ער קען צושטעלן א אלטן באקאנטן ניק וואס גאראנטירט פאר דעם נייעם גולש/ניק.

אויסנאמען קענען געמאכט ווערן פאר אלטע באקאנטע ניקס וואס זענען נאך דא נישט איינגעשריבן געווארן.

אזוי אויך וועט עמיצער וואס וועט עפענען אשכולות נאר פאר סאבאטאזש באלד נחסם ווערן, צומאל אן קיין ווארענונג. (נישט קיין חילוק פון וועלכער צד דער ניק איז).

וואס זענען אייערע רעקאמענדאציעס ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 20:06 לינק ישיר 

פאקטיש איז דאס א גוטע עצה א גאנץ יאר

ווייל פאקטיש דער פארלאנג פאר א ערב אויף א ניק, איז אייביג גוט, ממה נפשך אויב איז ער ניי זאל איינער וויסן צו ער איז ארענטליך, און ווידעראום אויב איז דאס א שינוי השם .... פון א אלטע ניק, וועט דאך דער ערב אוודאי געבן ערבות פאר זיך אליין

ממילא איין וואוט 'פארדעם' האסטו שוין




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 20:07 לינק ישיר 

זייער גוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2006 20:09 לינק ישיר 

איך בין מיטן מנהל
אל דע וועי

איך האלט ס'איז זייער א גיטע פארשלאג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 20:18 לינק ישיר 

איך בין אויך איינשטימיג

האלט עס 4 קעגן 0



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 20:21 לינק ישיר 

איך, {אינאיינעם מיט אלע מיינע ניקס..}
בין איך אויך פולשטענדיג מסכים מיטן מנהל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 20:34 לינק ישיר 



באגרענוצען די פרייהייט פון אויסדריק איז ניט א גרינגער באשליס

איין מעגליכקייט איז יא צו לאזען נייע שרייבערס גלייך אויב עס איז ניט דא קיין ערב אבער ניט עפענען נייע אשכולות ביז צוויי וואכען, דאס איז די תקנה אין בחדרי חרדים.





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/1/2006 20:34 לינק ישיר 

די זאגסט אז,

"אזוי אויך וועט עמיצער וואס וועט עפענען אשכולות נאר פאר סאבאטאזש באלד נחסם ווערן, צומאל אן קיין ווארענונג. (נישט קיין חילוק פון וועלכער צד דער ניק איז)"

די מיינסט צו זאגן אן ארוני וואס וועט עפענען אשכולות נאר פאר סאבאטאזש אין "חדשות אנש סאטמאר" וועט "באלד נחסם ווערן"? (דא וועט ער דאס דאך נישט טון) אויב יא, בין איך מיט דיר 100%.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 21:16 לינק ישיר 

איך שטיץ די פארשלאג.
נאך אפאר אזעלכע פארשאלגן און סוועט זיין אמחי' צו קומען דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 22:26 לינק ישיר 

איך האלט אז איין וואך איז אויך גאנץ גענוג.
אבער ראצער זאגט אויך א גוטע זאך, אויב קען א נייער גולש נישט עפענען אשכולות ביז צוואנציג תגובות קען מען שוין זעהן מיט וועם מ'האט צו טאהן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/1/2006 23:03 לינק ישיר 

wassa_dif

ניין ראצער'ס עצה איז נישט גיט,ווייל ע"פ רוב פאלגט מען נישט די תקנה פין נישט עפענענן קיין אשכולות פאר די ערשטע 20 תגובות,

די מנהלים קענענן נישט אין גייען נישט שטיין אין ציילען יעדן ניק צי עס האט שוין 20 תגובות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2006 23:22 לינק ישיר 

איך האלט נישט דערפון.

זאל מען לאזן יעדן שרייבן דא אויב קען ער צושטעלן פרוף ווער ער איז.

העכסטנס אויב איינער פאנגט אן מאכן קונצן זאל מען אים תיכף חוסם זיין.

דער איבערקערעניש וואס קומט פאר אינעם אנדערן פארום איז צו פארדאנקען פאר די נארישע זאליס וואס פירן יענעם פארום, וואס כדי צו איינרעדן די וועלט אז זיי זענען נייטראל לאזן זיי יעדן שרייבן אן קיין שום צענזור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 01:54 לינק ישיר 

איך האלט אזויווי וואסאדיף, נאר א וואך צייט זאל עס דויערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 03:55 לינק ישיר 

שלום משה
יעדער וואס דרייט זיך אין פארום מערקט כמעט גלייך ווער זיינען די נייע ניקס און ווער זיינען די אלטע.
אזוי ווי די מנהלים זיינען אויך גולשים דא דארף עס נישט זיין צו א שווערע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-3/1/2006 16:23 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז מזאל עס מאכן אזוי ווי חדשות אנ"ש, נאר ליינען, און שרייבן נאר מיט א רשות כתיבה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 16:59 לינק ישיר 

ניין, איך האלט נישט פון ווארטן אויף רשות כתיבה
צוויי וואכן, גיטע שרייבערס איז שווער צו טרעפן, און ווען איינער באקומט חשק צושרייבן און מען וועט עם הייסן צו ווארטן צוויי וואכן, וועט עם פארגיין דער חשק, מיין עצה איז צו מאכן קלארע און דייטליכע תקנות הפורום, וואס מען מעג יא שרייבן און וואס מען טאר נישט שרייבן, אויף וואס מען באקומט א קנס פון 1 אדער 2 וואכן חסימה, אויף וואס מען באקומט א באלדיגע חסימה, און 3 סטרייקס ענד יו אר אאוט. וכו'.

איך האב נישט קיין פראבלעם ווען איינער א זאלוני אדער אפילו א אהרוני שווערצט זיך אריין און אונזער פורום, און שרייבט געמיין אקעגן סיי וועמען בניגוד לתקנות הפורום, ווי לאנג מען מעקט אויס זיין תגובה און מען איז עם תיכף חוסם, אדרבה, דאס וועט נאר הייבן דעם ניווא פון אונזער פורום, און זאל יעדער זען מה בין בני לבן חמי, ביי אונז האט יעדער א ארט, ווי לאנג ער שרייבט נארמאל, מיט אינטעלעגענץ, נישט קיין חילוק מיט וועם ער האלט, און טאמער פירט ער זיך אויף ווי א חי', און שרייבט ווי א חי', דאן האט ער ביי אונז נישט קיין ארט.

און איך האף אז יעדער רעכט דענקענדיקער שרייבער, אהרוני מיט זאלוני צוגלייך, זאל פשוט בויקאטירן, דעם אנדערן פורום, ס'איז פשוט א עקל, פיל מיט מנוולות און קינדערישע נארישע ליצנות, וואס מיינען זיי, אז מיין
קי-בארד לאזט זיך נישט דרוקען די דאזיגע קנעפלעך אויף זייער רב, און קענען מיר דען נישט שרייבן אזעלעכע שטותים אויף זיי, נאר וואס דען, מען דארף שרייבן אזוי:
IF YOUR I Q IS ABOVE 80 PRESS BUTTON ,"כל העולם כולו" FOR IQ BELOW 80 GO TO "חדשות אנ"ש הזאלונים".

און איך וואונטש דא די מנהלי הפורום, תחזקנה ידכם, וחפץ השם בידכם יצליח, להרבות כבוד שמים,


תוקן על ידי - יענקעלע11 - 03/01/2006 16:59:18



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנקעטע #1: אפשפארן פאר נייע שרייבער ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext