בית פורומים כל העולם כולו

מודעה ואזהרה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2006 20:47 לינק ישיר 
מודעה ואזהרה

אזוי ווי ס'קומט פאר אומאיינגענעמליכקייטען צווישען אונז און דער שכנותדי'גע פארום, ווערט יעדער געבעטען נישט צושרייבען קיין שום אשכולות וועגען זייערע פארום, כאטש ביז ס'וועט זיך איינשטילען.
ב"ה ס'דא גענוג שרייבערס און גענוג וואס צו שרייבען/ליידער, איז דא גענוג סאטמאר פאליטיק אן צו האבען היידפארק פאליטיק.
(אויב איינער וויל עפענען א נייע פארום בלויז פאר היידפארק פאליטיק איז ער העפליך געלאנדענט דאס צו טאן)
יעדער אשכול איבער זיי וועט זיין אפגעשפארט/אויסגעמעקט.

אויב מ'נעמט עפעס נייעס פון דארטען מעג מען נאך געבען קרעדיט "גענומען פון פארום _ _ _" אבער טרוקען אזוי אן קיין איין איבריגע ווארט.
מיר האפען אז דער עולם וועט דאס אננעמען מיט פארשטענדעניש.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-4/1/2006 08:33 לינק ישיר 

יענקעלע
אזעלכע שרייבער ווי די, וואס שרייבט אלעמאל צידערזאך ברויכען מער אפטער שרייבען

דיין לעצטע איז ווערט א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2006 22:29 לינק ישיר 

יענקעלע

דברי פי חכם חן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 22:25 לינק ישיר 

וואס_דיף, איז 100% גערעכט, במקום שאין איש השתדל להיות איש, ב"ה אז ער פרובירט דא צו מאכן ארדענונג מיט דברים של טעם, און נאר אזוי וועלן מיר בעזהשי"ת מצליח זיין.

דער פראבלעם איז יעצט נישט יענער נארישער פורום, אויב וועלן מיר נישט רעאגירן אויף זיי וועלן זיי נאר שמועסן און שעלטן צעווישן זיך און אונז וועט דאס נישט נוגע זיין.

דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז עכט נישטא קיין נייעס, אונזער רב שליט"א זאגט נאך אלץ שיינע תורות, ער האלט נאך אלץ שיינע דרשות, רבי מענדל פירט נאך אלץ הערליכע שלש סעודות'ער, אין ראדני שרייט מען נאך אלץ נאך די אהרונים, ר' זלמן לייב קען נאך אלץ נישט לערנען, דער רבי שליט"א איז נאך אלץ אסור ברהטים, לעווינטאל האט שוין געפסקעט, ראזענוואסער האט נאכנישט געפסקעט, דער אפעלעט איז נאכנישט ארויס מיט קיין פסק, יעדער ווארט און לעכצט נאך אביסל פרישע נייעס, און ביזדערווייל איז עולם כמנהגו נוהג, ס'איז יבש, נישטא קיין טראפ פרישע ווארע,

ווארטס נאר ווארטס, אזוי ווי עס וועט זיך מאכן עפעס נייעס, עפעס א גיט פעט שטיקל נייעס, און מיר וועלן זיך האלטן צו אונזערע תקנות, און צו אונזערע פרינציפן, איי וועט אונזער פורום בליהען, מיר דארפן זיך נאר האלטן באחדות, זיי נישט צו ענטפערן בשום אופן נישט, אויב ווילן זיי זיך האלטן צו אונזערע נארמאלע תקנות, זענען זיי וועלקום, אויב נישט קענען זיי דארט בלייבן געזינטערהייט און ווייטער רעדן צו זיך אליין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2006 22:05 לינק ישיר 

איך שטעל זיך אין די רייע אונטער אלע מיינע חשובע שותפים.

עס איז מיר שוין פשוט דערעסן געווארן די נאכאנאנדע בעבישע קריגערייען, פון ווער עס האט א מער בלוטעדיגע פאסיק...

כאטש איך בין דער איינציגסטער דא וואס פארשטייט ווארהייט בעסער ווי אייך אלע, דאס וואס עס איז נעכטן געטון געווארן איז א שוידערליכע עוולה, וואס אפילו לו יהא עס וואלט געווען אמת נעמט עס גארנישט אוועק פון די עוולה, על אחת כמה וכמה ווען מען נעמט אן אומשולדיגן אינגערמאן, וואס איך גלייב אז ער האט ניטאמאל געזען יענע ווערטער און מען טוט אים אויס נאקעט על לא עוול בכפו.

דאס עצם פרובירן אויפדעקן א נאמען איז א פארבאטענע זאך אויף היידפארק, און מען האט שוין מער פון איינעם ארויסגעווארפן צוליב דעם.

מיט דעם אלעס איז כדאי צו ארויסשניידן די נושא פון קאלענדער, עס איז צייט צו גיין פאראויס.

איך בין נאך גערישט אויף אסאך פרעשור און טעראר פון זייער זייט, יעדער ווייסט אויף וואס זיי זענען אומשטאנד, אבער בלעקמעיל איז די לעצטע זאך פון וואס אן אהרוני דערשרעקט זיך...

געגאנגען ווייטער !

ווארהייט, אויף דיינע נייעס ווארטן מיר ! אנאליזן איז אויך וועלקאם !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 21:48 לינק ישיר 

ווארהייט טייערע,

זיי נישט ברוגז, אבער איך עגרי 100% מיט מיין קאלעגע, וואסא_דיף

אלעס האט א שיעור, עס דארף זיך אמאל ענדיגן, די קריגערייען איבער פורום'ס און ניק'ס נערווירט שוין יעדעם, פון אנפאנג ווען די פורום איז נאך געווען ניי, מהיכי תיתי, אבער איצט פארטרייבט עס נאר ליינערס, דער עולם איז נישט נייגעריק אויף די משוגעת'ן,

איך האב נישט קיין פראבלעם צו אריבערברענגען נייעסן פון אנדערע פורום'ס און אפענטפערן, אבער די נושא זאל נישט זיין איבער א פורום אדער א ניק, נאר איבער אישוס,

אויך, ביי די געלעגנהייט, וויל איך בעטן, אז מ'זאל נישט עפענען סתם אשכולות אבי און די וועלט אריין למען הטראסק, ס'זאל זיך לעבן, בכגון דא נאמר "כל המוסיף גורע", אויב ס'איז נישט דא קיין נייעס, איז נישט, איך וויל דער פורום זאל באקומען א רעפיוטעישן אז אויב ס'איז דא א פרישע אשכול איז עס עפעס אינטערסאנט,

אויך וויל איך ווידער-ערווענען צו מיינע חברים, אז דער פורום איז גענצליך א נייטראלע פורום, יעדער איז וועלקאם דא, סיי צו זיין א גולש אדער אויב ס'פעלט זיך אויס צו זיין א מנהל משנה,

שכוח,

חזקו ואמצו!

תוקן על ידי - מקוה_איד - 03/01/2006 21:50:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 21:47 לינק ישיר 

איך בין איינשטימיג מיט מנהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 21:44 לינק ישיר 

ווארהייט: דברי חכמים בנחת נשמעים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2006 21:34 לינק ישיר 

.

תוקן על ידי - אלעסאמת - 03/01/2006 21:35:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 21:31 לינק ישיר 

ווער ביסטו אויפצוקומען מיט נייע תקנות. ביסט נישט מער ווי א צייטווייליגער מנהל משנה. תקנות דארפ'ן געמאכט ווערן דורך די אריגינעלע מנהלים.

בכלל, וואס איז די פראבלעם צו דיסקוסירן די שייגעץ שטיק פון אנדערן פארום?

תוקן על ידי - ווארהייט - 03/01/2006 21:29:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מודעה ואזהרה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext