ס'איז זייער א שטרענגע בריוו
ס'שטייט אז אויב קים איך נישט אראפ דארף איך צאלן 1000.00דאלער קנס
וואס דארף איך טין?
תוקן על ידי allnewspic ב- 17/10/2007 0:40:55
נשלח ב-3/1/2006 23:08
א פשוטע עצה...
גיי צום באשטומטען ארט, באווייז דיך דאס פנים.
נשלח ב-3/1/2006 23:32
אדער טוה דערמיט די זעלבע וואס האסט געטוהן מיט די ערשטע הזמנות
לדעתי איז א געפערליכע עוולה דאס וואס די היימישע אידן דרייען זיך ארויס דערפון. און וויפיל מאל איז דא חסידישע אידן וואס זיצן אין קארט און האפן צו זען א היימישע צורה צווישן די זשורי?
נשלח ב-4/1/2006 00:36
דיפלאמאט
NO WAY
קיין שום דעפפענס לאיער וועט נישט לאזען זיצן קיין היימישן ייד אין א דזשורי
דוק ותשכח.
סאיז אנעוויירע די צייט.
שיק די דריטע הזמנה צו גיין זוכן די ערשטע צווי
ווען מוועט דיך קנסענן די עשרת אלפים וועסטו מאכען א שהחיינו, דו קאנסט נאך אזא איינעם? וד"ל
נשלח ב-4/1/2006 01:09
varf es arien in mist kasten
es vet goornisht geshen
once u answer they get u all the time
just "farbren es" im tell u
נשלח ב-4/1/2006 03:06
איך ווייס פון א סאך פעלער וואס זיי האבן געסטראשעט מיט $1000.00 אדער אז אויב קומט מען נישט קען מען באקומען תפיסה, און מען האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט און ס'איז נאך גארנישט געשעין פאר קיינעם פון זיי.
ווי לאנג זיי שיקן עס נישט אויף CERTIFIED מעיל, קען מען טענה'ן אז מען האט נישט באקומען די הזמנה פון זיי, און זיי קענען נישט ווייזן PROOF אז די האסט עס באקומען.
גראדע איך האב אויך באקומען א בריוו פון זיי און איך האב מחליט געווען יא צו גיין און איך האב זייער שטארק הנאה געהאט, אז איך האב געקענט מיטהאלטן א קארט קעיס פון אנהייב ביזן סויף, איך פלאן צו גיין נאכאמאל אויב מען וועט מיר רופן (אפילו עס איז אויפן חשבון פון א פאר טעיג ארבעט)
ס'ווענט זיך ווי אזוי מען נעמט עס אן, אז מען מאכט עס מיט PLEASURE האט מען PLEASURE.
איך האלט זייער םון דינא דמלכותא דינא מען גייט אראפ איינמאל און אפאר יאר מען האט הנאה אין נאכדעם וועסטו האבן וואס צו דערציילן אויףהטקסט שלך כאן הייד פארק
נשלח ב-4/1/2006 17:06
גראדע ווייס איך פון איינעם וואס יא געוועהן אויף א קארט קעיס פון א היימישער, און ער האט געקענט איבערדרייען די גאנצע קעיס.
די אנדערע לאיערס האבן נישט קיין רעכט נאר אראפצו ווארפן עטליכע מענטשן פון א דזשורי אהן קיין קשיות, אבער נאכדעם מוזן זיי האבען א גוטע תירוץ, און אויב זיי האבען עס נישט בלייבט יענער אויף די קעיס, ווייל דער דזשאדזש לאזט נישט אראפווארפן נאר מיט זאגן אז יענער איז אויך א יוד.
מען טאר זיך נישט ארויסדרייען, מען דארף צו גיין. מען ווייסט קיינמאל נישט ווען מען קען א טובה טון עמיצן.
אויסער דעם אויב די שווארצע וועלן וויסן אז יודן גייען יא אויף דזשוריס וועלן זיי אויך אנדערש פאסקענען ביי יודישע קעיסעס, ווייל ביז יעצט ווייסען זיי אז זיי דארפען נישט מורא האבן ווייל יודן זיצן ממילא נישט אויף קיין דזשוריס.
נשלח ב-4/1/2006 18:33
רבותי
הרבה שנים גדלתי בין החכמים ולא מצאתי לגוף טוב משתיקה
לכה"פ לכתוב ברמז וד"ל
תוקן על ידי - baachi - 04/01/2006 18:32:13
נשלח ב-16/10/2007 15:49
מסכים להנ"ל
אין חכם כבעל נסיון
נשלח ב-16/10/2007 20:40
נאך אן אויסגעפרובט/קאמישע עצה (פאר נשים households) איז פערהאנדען, אנקומען מיט אלע יוצ"ח אין זאל אריינגערעכנט דור שני ושלישי (מיט קאנטעינערס טשיקן זופ און פאפריקאש פלייש און אנדערע שמעקענדע מאכלים פאר נאכטמאל), דען ווער זאל זיי בעיביסיטן ?, איר זענט פארזיכערט מיט א טריפ אהיים.
A Judgement was just filed against me in County Clerk's office for $250.00 (not $10,000)
for not responding to the jury letters.
This was after many letters that I ignored.
נשלח ב-17/10/2007 22:14
א דזאדשמענט האסטו נאר געקענט באקומען לכאורה וויבאלד די האסט אפילו נאר איינמאל גענפערט אויף א בריוו זייערע, נאכדעם איז שוין א פראבלעם די איגנארירן די שפעטערדיגע בריוו.