| נשלח ב-4/1/2006 03:25 |
|
| |
דארפן אידן גיין צו זשורי דינסט ?
אין ליכט פון דעם באזונדערן אשכול, וואלט איך געוואלט אנהייבן א דעבאטע איבער זשורי דינסט, צו איז דאס אויסגעהאלטן פון א אידישקייט שטאנדפונקט ?
אלבערט פרידמאן אין די צייטונג האמערט שוין יארן אז מען מוז גיין דינען אויף די זשורי, וואס איז אייער מיינונג דערויף ?
איך וועל שפעטער זאגן מיין מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 03:32 |
|
| |
ער האט געהאמערט מיט יארן צוריק, אבער ער האט באקומען א מבול פון קריטיק בריוון, און צום סוף איז ער געבליבן שטיל.
רעדט ער נאך אלץ פון די אישו?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 03:32 |
|
| |
לאמיר דאס אנאלעזירן אויף עטליכע חלקים
-דער עצם פאקט פון זיין געטרייע בירגער
-דער חלק וואס אלבערט שרייבט אז מיר שעדיגן זיך אליין אז מיר שליסן זיך אויס
-די חילוק פון סיוויל קעיס ביז א קרימינאלע קעיס
-וואס איז די רעגירונגס שטעלע פון א איד צו א אנדער איד ביי קרימינאלע קעיס
איך וועל קודם שרייבן בקיצור, און לאמיר זעהן וואס אנדערע האלטן
עס איז קלאר אז מיר טארן נישט טוען א פעולה וואס ווייזט פאר די רעגירונג אז מיר האבן זיי אין..., די פראגע איז צו זיין באמערקן דאס יא צו ניין
די צווייטע פראגע ווענד זיך אין קומענדיגע פראגעס, אויב איז דא א שאנס אנגענומען צו ווערן, אויב נישט איז די פראגע דאך פארענטפערט,
לויט מיינע ידיעות ווערן די אידן - די געציילטע וואס גייען יא - אנגענומען ביי גויאישע קרימינאלע קעיסעס
ביי אידישע האב איך נישט געהערט, אגב איז די פראגע צו פאר די גאר היימישע איז גוט אז די ליטווישע 'דינא דמלכותא' זאלן זיין די וואס פסק'ן דערויף
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 03:35 |
|
| |
מיין מיינונג איז אז ס'איז קריטיש וויכטיג אז אידן זאלן גיין צו דזשורי דוטי, כאטש ליידער האב איך נישט די קוראזש און געדולד עס אליינס צו טאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 03:38 |
|
| |
אנאלעזירן,וואס ברענגסטע ארויס??
דיין תגובה בקיצור איז אז... איך ווייס נישט
סארי
תוקן על ידי - שלום_משה - 04/01/2006 3:39:19
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 04:05 |
|
| |
איך זאג אז מטאר נישט גיין.
זיצן א גאנצן טאג מיט עקלדיגע גויטעס נאר צו הערן א קעיס פון א שווארצער וואס האט געטון נישט קיין שיינע זאכן, און נאך פארלירן געלט פון דיין ארבעט?
(איך מיין אז דעס איז אויך א סיבה פארוואס היימישע אידן גייען נישט צו זשורי, ווייל דארט באקומסטו באצאלט וויפיל דו מאכסט א טאג וועידזשעס, אויף די בוקס).
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 06:29 |
|
| |
איך האלט אז מ'דארף נישט גיין ווי אזוי וועט אויסקיקן אז בחורים אדער מיידליך העכער 18 וועלן דארפן זיטצן ביי א דזשרי?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 07:13 |
|
| |
אידן העכער 25 דארפן גיין, עס איז פדיון שבויים ממש, ווי אלבערט האט אזוי גוט מסביר געווען אז ווען די שווארצע ווייסן אז אידן קומען צו דזשורי דוטי, וועלן זיי טראכטן צוויי מאל פאר זיי דערקלערן א איד שולדיג, ווייל זיי ווייסן אז די אידן קענען נקמה נעמען אין זייער'ס א ברודער.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 16:26 |
|
| |
אנאלעזירן.
תפסת מרובה לא תפסת.
קודם לאמיר באטראכטן דיין ערשטע פראגע, וואס דאס האט מיט אונז אלס געטרייע בירגער.
ווען אידן זענען פארשיקט געווארן אין גלות אריין, זענען זיי באפוילן געווארן בנבואה "ודרשו את שלום העיר", ווי לאנג מיר זענען אין גלות זענען מיר מחוייב צו מקבל זיין אויף זיך אלעס וואס די קעניגרייך האט אויף אונז ארויפגעלייגט, מ'מען שתדל'ן אפצורופן די גזירה, אבער אויב ס'גייט נישט מוז מען עס מקבל זיין באהבה (כ'וועל נישט אריינגיין אין מנשה פילאפף'ס פורים תורות וועגן זיך לאזן הרגענען).
עס איז קלאר אז דא אין אמעריקע איז אונזער פליכט אנצונעמען אלע געזעצן פון לאנד, אפילו אויב עס איז נישט קיין ריכטיגע מלכות, מיר ברויכן זיין געטרייע בירגער נישט נאר ווייל דער לאגיק הייסט אזוי, נאר ווייל די תורה הייסט אזוי !
יעצט קומט די שאלה וואס הייסט זיין א געטרייער בירגער ?
אין אמעריקע מיינט דאס אנטייל נעמען אין געזעצליכן לעבן, מ'מוז נישט גיין אין טעאטער, מ'מוז אויך נישט וואוינען אין קיין געטא, מ'מוז ניטאמאל פאלגן וואס זיי הייסן וועגן מציצה בפה, מ'מוז אבער יא פאלגן דאס געזעץ - ווי לאנג דאס איז נישט אנטי דת.
האט דען איינער א ספק אז די וועלכע פארפיגן אויף אויפנעמען זשוראר'ס, זעען נישט אז עפעס פונקט איין געגנט אין ברוקלין און איין געגנט אין ראקלענד און איין געגנט אין אראנדזש קומט נישט אן קיין איין איינציגער זשורי בריוו ?
זיי וואלטן געדארפט זיין בלינד אדער משוגע, נישט צו קומען זען וואס דער עולם שרייבט דא אין כל העולם כולו...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 17:30 |
|
| |
בא ללמד
צווישן מיר און דיר, ווייסן מיר וויאזוי מיר זעהן אויס, די פראגע איז צו די גאווערמענט קוקט דאס אויך אן אזוי
אז ביי סעקשאן 8 עפענט זיך א ליסט פון באפעלאו ביז אלבאני, פון סטעטן איילענד ביז פלאטסבורג, איז דארט דא א ליין פון עטליכע הונדערט משלנו,
א יעדע פראגראם ווי פיי סמך, מעדיקעיד, היפ, עמרדזענסי היעפ, וויק, - איר וועט מיר מוזן אנטשולדיגן אז איך קען נישט די איבעריגע - אלעס זענען מיר פראנט און סענטער, עס צו נעמען, און ווען מער רעדט פון צוריק געבן פאר די גאווערמענט, ווערן מיר פלוצים פארשוואונדן
איך אין שפיגל קוק מיר אזוי אן, די פראגע איז, אויב האט די רעגירונג אויך געמאכט דעם סך הכל
און שלום משה
מיין סך הכל איז יא, מען דארף גיין, מיין פראגע איז נאר צו מען וועט אונז נעמען
איך פערזענליך, ענטפער יעדעס מאל דעם צעטל, די ווייטסטע וואו איך בין אנגעקומען איז געווען, אז מען האט מיר געשיקט א צעטל אז איך דארף זיין גרייט א גאנצע וואך, און יעדן צופרי זאל איך אריין קאלן מיט מיין איי די נומבער וואס איך האב באקומען, און אוודאי אז מען וויל האט מען מיר אוודאי נישט געדארפט
און אגב, אלץ ארבעטער פארוואס זאל איך אויפן חשבון פון בעה"ב נישט גיין אויף וואקאציע, טשעינדזש אוו סין, צום געריכט הויז
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 17:41 |
|
| |
איך זעלבסט בין שוין געווען ביי זשורי, ס'האט זיך גערעדט פון א קרימינאלע קעיס, א מארד, איך האב אנגעברענגט צוויי און א האלב טעג, דערונטער א קורצן קאלטן ערב-שבת, ס'איז נישטא קיין "עקלדיגע" גויטעס, יא, ס'זענען דא גויטעס, כ'וויל נישט מקטרג זיין, אבער פיהלע "אידישקעס" זענען ליידער אויפן זעלבן שטאפל () ווי די פון וועלכע מען רעדט, און כ'רעד פון שומרי שבת, און אפילו שומרי דת וכו'
צוריק צום ענין. מ'האט אנגעהויבן פרעגן קשיות, אהין און אהער, מען האט איבערגע'חזר'ט די זאכן אפשר פופצן אדער צואנציג מאל, דער פראקוראר און דער אדוואקאט, יעדן טאג אויפסניי, און ווען מען האט אנטזאגט די ערשטע צוועלף און עס איז געקומען מיין ריי, האט מען אודך איבערגע'חזר'ט די גאנצע קעיס, איך האב גענומען א סקעפטישע מיינונג איבער דראגס - וואס איז דארט געווען א טעמע - אז א עד וואס איז אונטער א איינפלוס פון דראגס קען אין קיין פאל נישט זיין באגלייבט, אויף די פראגע פונעם פארשער (פראקוראר אין דעם פאל) פארוואס איך בין אזוי דראסטיש ביי דער מיינונג, האב איך אנגעהויבן רעדן מיט פאטאס אז איינער וואס נעמט דראגס איז שליסליך אומפאראנטווארטליך אויף זיך זעלבסט און אויף זיינע ארומיגע, און אויב האט ער א משפחה - פאר די ווייב און קינדער
בין איך ממילא גע'פסל'ט געווארן פון דינען
ס'רוב מאל נעמט א טאג צוויי ביי א קרימינאלע קעיס ביז מען באשטעטיגט צי דו ביזט פעאיג צו דינען אלס דזשורי אדער נישט
ביי ציווילע איז גאנץ אנדערש, עס רויבט אוועק שעות און טעג, אפטמאל חדשים,
**
בא ללמד טייערער, מיר קענען ב"ה גוט די סוגיא פון גזירת הגלות, עכ"פ אזוי דוכט זיך מיר, כ'מיין, אז יעדע זאך איז לפי הגלות. גלות אמעריקע "ערלויבט" זיך ארויסדרייען פון רעגירונגס דינסטן, איבערהויפט צוליב רעליגיעזע באהויפטונגען, איך וועל דיר געבן א קליינע ביישפיל: פארברענען א פאן. אונטער די צארישע אדער קייזערליכע רעזשימען איז פארברענען א פאן געווען פאררעכנט ווי פארברענגען דעם קרוין, ווידער אין אמעריקע טראגט עס גאנת אן אנדערן באדייט, כ'זאג נישט אז א איד מעג פארברענען אן אמעריקאנער פאן, אבער די הארבקייט איז פיהל פיהל שוואכער, דאס זעלבע איז מיטן פראטעסטירן קעגן א שטאאטסמאן אדער אפילו פרעזידענט, וויבאלד דאס איז דער מהלך המדינה, און דאס איז דער גלות, אבער פארשטייט זיך מיט שכל, ואין כאן המקום
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 17:53 |
|
| |
אגב, כ'האב אמאל געהערט בשם א קאונסילמאן (לאמיר איהם אזוי רופן) אז מען קען זאגן אז צוליב רעליגיעזע אורזאכן קענען מיר נישט זיצן געמישט, מענער מיט פרויען,
1. עס קלינגט ריכטיג
2. עס איז אמת אויך
3. עס פטר'ט
4. קיינער קען דיר נישט אפווענדן
5. אויב דו ענטפערסט דאס, וועלן "זיי" שוין נישט "טראכטן" אז בלויז די אידן גיען נישט, ווארשיינליך צוליב זייערע (פאנאטישע?) רעליגיעזע אורזאכן
**
קוק זיך נישט אזויפיהל אין שפיגל, די מיליאנען גלויביגע מוסלמענער אדער הינדוס זעעהן נאך אויס אזוי "אינטרעסאנט" ווי די אידן, כ'פארשטיי אז א קאמפלעקס איז נאטירליך, אבער פארוואס איז די צאל פרייע אידן פיהל פיהל מער אין צאל ווי די מאס פרייע מוסלמענער? עס עקזיסטירן מער ווי צעהן מוסלמענער לענדער מיט צענדליגער מיליאנען מענטשן, יעדע פון זיי איז רעליגיעז, און דאס דאמינירט דאס לאנד, אבער די איינציגע "אידישע" מדינה וואס איז דא איז פריי און נישט תורה-טריי?
ס'האט נישט קיין דירעקטן שייכות מיט "ציונות", איינפאך, דער איד האט זינט משה מענדעלסאן אזא שוואכקייט, אז ער קוקט וויזאוי יענער קוקט אויף איהם, ער איז דאך אין דער פרעמד, ממילא וועט ער זיך צופאסן צום ארום, איינער מער איינער ווייניגער, השכלה און ציונות האט יעדן געשאט, ווען דער מלך המשיח וועט קומען וועט דאס זיך ענדיגן בע"ה, ולישראל יאמר מה פעל קל!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:53 |
|
| |
עס זענען דא צוזאמגעווארפן געווארן אזויפיל טאפיק'ס, איך וועל זיך מוזן נעמען אויף יעדע באזונדער.
"אנאלעזירן"
וואס דו זאגסט וועגן מעדיקעיד און פ.ס. האלט איך אז דו ביזט אויסדריקליך גערעכט !
אויב איינער זאל נעמען די צוויי ליסטעס - און אין די היינטיגע קאמפיוטער וועלט איז נישט קיין שאלה פון אויב, עס איז נאר א שאלה פון ווען - איינס פון פ.ס. און די צווייטע פון זשורי דינסט, וועט ער זיך בהחלט מוזן וואונדערן פארוואס די פאסט אפיס קען אין דעם דיסטריקט נאר אריבערשיקן די ענטפער'ס פון פ.ס. און נישט די זשורי בריוון...
כאטש אין די לעצטערע יארן איז ב"ה אריינגעטרעטן א שטיקל ענדערונג אין דעם צוגאנג צו די זאכן, איז עס נאך אלץ ארויס פון יעדן פראפארץ (גייט'ס פרעגן די שמשים אין די בתי מדרשים איבער די בעטן...).
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 03:59 |
|
| |
איך מיין אז די בעסטע עצה איז דאס וואס נבוכדנאצר האט געשריבן.
מען קען זייער לייכט טרעפן א גוטן מיטל וויאזוי די אדוואקאטן זאלן דיר קענען פסל'ן.
מען דארף נעמען אין באטראכט, אז די געווענליכע אדוואקאטן זוכן צו פסל'ען ווי מער זשוראר'ס, בעיקר ווייל דאס העלפט זיי צו פארשלעפן די צייט, און מאכן מער געלט.
איינער האט מיר דערציילט אז ער איז אמאל געווען ביי א זשורי פאר א קלאגע פון א טיקעט, און ער האט געענטפערט אז ער האלט אז דער פאליציאנט איז אלעמאל גערעכט, ער איז געשטעלט צו היטן דעם געזעץ, און עס איז זיכער אז ער האט גוט געטון.
פארשטייט זיך אז די איבריגע האט אים גענומען נישט מער ווי פינף מינוט, וואס האט אריינגערעכנט אראפגיין זי טרעפ און עפענען - און צומאכן - די טיר...
מען קען אויף יעדע זאך ענטפערן עפעס ענליך, פארשטייט זיך אז עס זאל זיין מיט טעם...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 04:00 |
|
| |
תוקן על ידי - נארמאל - 05/01/2006 3:58:46
|
|
|
|
|